רוי:האגווארץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער האָגוואָרץ שלאָס רעפּליקע ביי "דער כישוף-וועלט פון האַרי פּאָטער"

האָגוואָרץ שול פון כישוף-מאַכעריי און צויבעריי (ענגליש: Hogwarts School of Witchcraft and Wizardry) איז אַ פיקטיווע שולע אין דער "האַרי פּאָטער" סעריע פון דזשיי.קיי. ראָלינג. זי איז אַ כישוף שולע פאַר מכשפים און מכשפות פון עלף יאר אלט ביז זיבעצן, וואס וואוינען אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך אדער אין דער רעפובליק פון אירלאנד.

האגווארץ הייזער

גאלדנגריף

גאָלדנגריף (אריגינעל: גריפינדאָר, Gryffindor) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך גאָדריק גראַנד גאָלדנגריף, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער גריף, און זיינע קאלירן זענען סקארלעט און געל/גאלד געל. כמעט-קיין-קאפ-ניק איז דאס הויז געשפּענסט. די גאָלדנגריף מיטגלידער קאָנקורירן מיט סאַמדערין אין שטענדיק.

ליסטע פון באַקאַנטע גאָלדנגריף סטודענטן:

האפלפאף

האָפלפּאָף (האַפלפּאַף, Hufflepuff) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך העלגאַ האָפלפּאָף, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער וויזלטיר, און זיינע קאלירן זענען שווארץ און געל. דער דיקער פרייאַר איז דאס הויז געשפּענסט.

ראבנקרעל

ראָבנקרעל (רייוונקלאָ, Ravenclaw) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך ראָונאַ ראָבנקרעל, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער אָדלער, און זיינע קאלירן זענען בלוי און בראנדז. די גרויע פרוי איז דאס הויז געשפּענסט.

ליסטע פון באַקאַנטע ראָבנקרעל סטודענטן:

  • ראָנאַ רייוונקלאָ
  • העלענע רייוונקלאָ
  • גילדרוי לאָקהאַרט
  • טשאָ טשענג
  • לונאַ לאַווגוד
  • יוריק דער מאָדנער
  • מירטל
  • אָליוואַנדער
  • פּאַדמע פּאַטיל
  • טערי בוט
  • מייקל קאָרנער
  • קווירינוס קווירל

סאמדערין

סאַמדערין (סליטערין, Slytherin) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך סאַלאַזאַר סאַמדערין, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער שלאנג, און זיינע קאלירן זענען גרין און זילבער. דער בלוטיקער באַראָן איז דאס הויז געשפּענסט.

ליסטע פון באַקאַנטע סאַמדערין סטודענטן:

  • די בלאַק משפחה (א חוץ סיריוס בלאַק און נימפאַדאָרע טאָנקס)
  • ווינסענט קראַב
  • גרעגאָרי גויל
  • בעלאַטריקס לעסטריינדזש - דראַקאָ'ס טאנטע
  • דראַקאָ מאַלפוי
  • לוציוס מאַלפוי - דראַקאָ'ס פאטער
  • נאַרקיסאַ מאַלפוי - דראַקאָ'ס מוטער
  • פּענסי פּאַרקינסאָן
  • טאָם רידל / וואָלדעמאָרט
  • האָראַס סלאַגהאָרן - שולדירעקטאָר פון סאַמדערין (בוך 7)
  • סעווערוס סנייפּ - שולדירעקטאָר פון סאַמדערין (בוך 1 - בוך 6)
  • אנדראמעדא טאָנקס - דראַקאָ'ס טאנטע
  • מיליסענט בולסטראָד
  • דאָלאָרעס אַמברידזש

האגווארץ עקספרעס

דער לאָקאָמאָטיוו פונעם האָגוואָרץ עקספּרעס אין די פילמס

דער האָגוואָרץ עקספּרעס איז די באן וואס פירט די האָגוואָרץ סטודענטן אין דער שולע.

די באן פארט ארויס יעדע יאר דעם 1טן סעפטעמבער 11 ביינאכט. איר ארויפשטייג־סטאנציע איז קינגס קראס, ביי פּעראָן ¾9 (ניין און דריי פערטל). די באן קומט אן צו האָגסמיד סטאנציע, פון וועלכער די סטודענטן גיין צו דער שלאָס אין וואגאנען געשלעפט דורך טעסטראָלן. ערשטיאָרלערס קומען אין דער שלאָס אריבער דער שווארצער אזערע אין שיפלעך מיטן הילף פון האַגריד.


מוסטער:הארי פאטער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!