רוי:דרוזן

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:דרוז)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דרוזן

די דרוזן זענען א רעליגיעזע און עטנישע גרופע, אין מיטל מזרח. זיי ווערן געשאצט אויף בערך 1,500,000. אין סיריע איז דא די גרעסטע טייל, מיט ארום 850,000 דרוזן, אין לבנון 300,000 בערך, און אין ישראל 120,000 אומגעפער, און אין אנדערע לענדער ארום די וועלט.

אפשטאמונג

עס זענען דא צוויי פלעצער פון ווי רוב קומען, צפון טייל פון אראבישער האלבאינזל וואס זיי רופט מען קייסים, און אנדערע פון דרום טייל אראבישן האלב אינזל וואס זענען גערופן תימנע. אבער די רעליגיע שטאמט פון עגיפטן.

לכאורה איז די רעליגיע, אן אפטיילונג פונעם שיאטישן טייל, פון דער איסלאמישער רעליגיע. די רעליגיע איז א מאנאטעיסטישע, און זיי גלייבן אז אלע נביאים זענען אמת, און אז זייער רעליגיע איז אן אלטע, און נישט א נייע, ווי די אראבער טענהן אויף די דרוזן. זייער הויפט נביא איז יתרו, ביי זיי הייסט ער שואייב, און משה רבינו, וואס ביי זיי הייסט ער מוסא. מוכאמאד, און דער לעצטער פון די פיר כאליף עלי איבן אבו טאלב.

לויט דער רעליגיע, איז אין דער אנהייב געגעבן געווארן א מעגליכקייט פאר פרעמדע, זיך אנצושליסן אין דער רעליגיע, געגרינדעט דורך על כאקעם באמער אללא, צוויי מאל, איינמאל אין יאר 1017, און 22 יאר שפעטער דורך דער צווייטער נאכפאלגער פונעם גרינדער. ביים צווייטן מאל האבן עטליכע מאכטפולע שבטים פונעם לעוואנט זיך אנגעשלאסן צו דער רעליגיע. אנהייב האבן זיי זיך גערופן מתיחדים אויף דעם וואס זיי זענען זיך מתיחד מיט גאט.

דער נאמען זייערע

עס איז נישט קלאר פון די נאמען איז געקומען צו זיי, לויט זייער טראדיציע נעמט זיך עס פון א מענטש, וואס איז אריבער צו זייער גלויבונג, אבער איין טאג האט געהאט וויזיע פון גאט, און ער האט געגרינדעט א צווייטע רעליגיע. די קריג צווישן די צוויי איז שנעל געקומען, און די דרוזן האבן געזיגט, די מוסולמענער האבן דערפאר זיי אנגעפאנגען צו רופן דרוזן, זיי צו דערנידערן. אנדערע טענהן אז פאנגט זיך נישט אן.

די גלויבונג

עס איז א באהאלטענע רעליגיע, סתם מענטשן פון איר אייגענער געמיינדע, קענען איר נישט. זיי האבן זעקס הייליגע ביכער, וואס נאר די שייכן קענען די ביכער. איר דאווענען פלאץ הייסט כילווע, און נאר חכמים און עלטערע געמיינדע מענטשן מעגן דארט דאווענען. די רעליגיע נעמט נישט אריין נייע מענטשן, נאר איינער, וואס איז געבוירן צו ביידע דרוזישע עלטערן, ער איז א דרוזער, זיי גלייבן נישט אין געמישטע חתונות, איינער וואס האט חתונה געמישט, ווערט ער ארויסגעווארפן פון קהילה, און גייט אריין אין חרם, אמאל האבן זיי געקענט הרגענען אזא איינעם, אלס משפחה ערע.

זיי גלייבן אין אדם הראשון, נח, אברהם אבינו, יעזוס, מוכאמאד, און מוכאמאד זון פון אלי, אלס די נביאים, און ווי אויבן דערמאנט יתרו, וואס זיי זען זיך אלס זיינע אייניקלעך.

די דרוזן זען זיך נישט ווי מוסולמענער, זיי גייען נישט קיין מעקא, זיי דאווענען נישט פינף מאל א טאג, און זיי פאסטן נישט ראמאדאן, זיי גלייבן נישט אין מוכאמאד אלס דער לעצטער נביא. זיי פראווען אבער יא דעם קורבן חגא, אין זייער רעליגיע האלטן זיי, אז מען מעג זיך באהאלטן די רעליגיע, און פארשטעלן זיך אלס אן אראבער, אין שווערע צייטן. און לויט זייער טראדיציע, זענען זיי אסאך גערודפט געווארן, דורך די אראבער.

הויפט זאכן אין דער רעליגיע

עשרת הדברות, איסור פון פאגאניזם, גלייבן אין גלגול נשמות, גלייבן אין אלע נביאים פון יידן, קריסטן, און מוסולמענער, מאנאגאמיע נישט הייראטן מער פון איין פרוי.

זיבן מצוות

היטן דאס מויל, וואס רעכנט אריין נישט רעדן לשון הרע, רכילות, ליגנט, זיך האלטן צום אמת, און זיין גראד.

ארויסהעלפן א ברודער, וואס געפונט זיך אין א שווערן מצב, גלייך צו ואהבת לרעך כמוך.

צוריקהאלטן זיך פון עבודה זרה.

נישט טון שלעכטס, און זיך אפהיטן פון יצר הרע.

גלייבן אין איין איינציגן גאט, די גאנצע צייט.

טון וואס גאט וויל מען זאל טון.

גלייבן אז וואס גאט טוט איז גוט.

די עטנישע גרופע

זיי זענען אלע מיליטער לייט, אין ישראל דינען אלע אין מיליטער. חרב באטאליאן, איז אן עליטע איינהייט, מיט אסאך כבוד, און האט באקומען אויסצייכענונג פון שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, פאר זייער געלונגענע טייל אין קריג, דורכאויס די צווייטע לבנון מלחמה.

רעליגיעזע מענטשן עסן נישט חזיר, טרינקען נישט אלקאהאל, רייכערן נישט, טארן נישט וועטן אדער געמבלען, מען טאר זיך נישט באווייזן, מען דארף האלטן די כבוד פון א פרוי, הכנסת אורחים, נישט רעדן מיאוסע רייד, און נישט נעמען דראגס.

זייערע חגאות, די גרעסטע איז נביא שווייעב, און דער קורבן חגא. לויט זייער טראדיציע איז יתרו (שווייעב) באגראבן לעבן טבריה. אויך נביא סאבלאן, וואס לויט זיי איז עס זבולן, ליגט אין גליל אין א דארף וואס הייסט כורפייש.

נביא אלכאדער, איז ביי זיי אליהו הנביא, לויט זיי איז ער באגראבן אין דארף יאסיף, נישט ווייט פון עכו. און אויפן גולן, געפונט זיך א נביא על יאפורי. די חגאות זייערע זענען אפגעצייכענט בלויז דורך די חכמים זייערע, אויסער דער קורבן חגא, און נביא שווייעב, וואס ווערן געפייערט דורך אלעמען.

סטאטוס אין ישראל

אין ישראל האבן די דרוזן א סטאטוס ווי א באזונדערע געמיינדע, דאס איינציגסטע לאנד אין דער וועלט, צו אנערקענען אין דער געמיינדע ווי א באזונדערע רעליגיע. די דרוזן פון גולן, האלטן זיך פאר סירישע בירגער; עס וואוינען אינעם גולן, בערך 20,000 דרוזן, דאס לאנד אנערקענט זיי נישט אלס סירישע, נאר אלס פראבלעמאטישע בירגערשאפט. די יידן אין ישראל, זען אין די דרוזן אליאירטע, וויבאלד שוין ביי דער מלחמת השחרור, האבן די דרוזן געקעמפט אויף ישראלס זייט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!