רוי:דער גרויסער דיקטאטאר
דער גרויסער דיקטאטאר (ענגליש: The Great Dictator) איז אן אמעריקאנישע פאליטישע סאטירע, קאמעדיע-דראמא פילם פון 1940 וואס איז געשריבן, רעזשיסירט, פראדוצירט און קאמפאזירט געווארן דורכן בריטישן קאמיקער טשארלי טשאפלין, וואס האט אויך געשפילט אינעם פילם. ווייל טשאפלין איז געווען דער איינציקער האליוואד פילם מאכער וואס האט נאך פראדוצירט שטומע פילמס שוין לאנג נאכן אנהייב פון דער עפאכע פון קלאנג-פילמס איז דאס געווען זיין ערשטער אמתער קלאנג פילם.
טשאפלינ'ס פילם איז געווען א פראטעסט קעגן אדאלף היטלער, בעניטא מוסאליני, פאשיזם, אנטיסעמיטיזם און נאציזם. ווען דער פילם איז ערשט ארויס, די פאראייניגטע שטאטן האבן נאך נישט אנטייל גענומען אין קריג קעגן נאצי דייטשלאנד. טשאפלין שפילט די ביידע הויפט-ראלעס: אן אוממענטשליכער פאשיסטישער דיקטאטאר און א גערודפטער אידישער שערער.
"דער גרויסער דיקטאטאר" איז געווען פאפולער צווישן די מאסן און איז געווארן טשאפלינ'ס מערסט געראטענער פילם אין הכנסות. מאדערנע קריטיקער האבן אויך געלויבט אים אלס א העכסטוויכטיגער פילם אין היסטאריע און א וויכטיגע שאפונג פון סאטירע. אין 1997 איז ער דערוויילט געווארן דורך דער קאנגרעס ביבליאטעק פאר קאנסערוואציע אינעם נאציאנאלן פילם רעגיסטער אלס א פילם מיט א "קולטורעלער, היסטארישער אדער עסטעטישער וויכטיגקייט". "דער גרויסער דיקטאטאר" איז נאמינירט געווען פאר פינף אקאדעמיע פריזן - בעסטע פראדוקציע, בעסטער אקטיאר, בעסטע שרייבונג (אריגינאלע סצענאר-שרייבונג), בעסטער צווייטיקער אקטיאר (פאר דזשעק אקי) און בעסטע אריגינעלע מוזיק.
אין זיין אויטאביאגראפיע פון 1964 האט טשאפלין געשריבן, אז ער וואלט נישט געהאט געמאכט דעם פילם ווען ער וואלט געוואוסט פון די אמתע גרוילן פון די נאצישע קאנצענטראציע לאגערן אין דער צייט.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!