רוי:מנחם מענדל משי זהב

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:די לעצטע מינוט)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מנחם מענדל (נפטר ט' שבט תשפ"א, 22סטן יאנואר 2021) איז דער פען נאמען פון מנחם מענדל משי זהב, א יידיש־שפראך שרייבער פונעם היינטיגן טאג.

מנחם מענדל איז אן איידעם ביי ר' יוסף שיינבערגער און זיין עיקר ציל איז געווען צו מאכן אז די פרומע אידן זאלן נישט מוזן ליינען די געדאנקען פון די פרייע אידישיסטן.

ער האט געשריבן הונדערטער מעשה ביכלעך פון סיפורי צדיקים און היסטאריע, זיין אידיש איז פליסיג און ער איז פון די בעסטע פרומע אידיש־שפראך שרייבער וואס אידן פארמאגן אין היינטיגער צייט. אסאך פון זיינע ביכער זענען איבערגעשריבן פון גרויסע שרייבער ווי מארקוס לעהמאן. די ביכער זענען ארגינעל געשריבן געווארן פון שרייבער אין אידיש—דייטש אדער אויף די אמאליגע שפראך אידיש, און מנחם מענדל האט זיי איבערגעארבעט אויפן היינטיגן סטיל אידיש.[מקור פארלאנגט]

אויך איז דער פען נאמען אמאל געווען באקאנט אלס גרויסע קנאי און געשריבן אסאך ווערק קעגן די ציונים, אבער איז היינט צוטאגס שוין נישט טעטיג אין קנאות, יעדע יאר ערשיינען פון אים נאך און נאך מעשה ביכלעך. אויך שרייבט ער כללית'דיגע חרדישע ענינים אויף עברית פארן המודיע, די אגודת ישראל צייטונג.

מנחם מנדל איז נפטר געווארן ט שבט תשפ"א יאנואר 22 2021 אין עלטער פון 84 יאר פון קאוויד-19.

זיין זון יהודה משי זהב איז גיוועזען דער גרינדער און פירער פון זק"א.

זיינע ביכער

  • די לעצטע מינוט – איבער די רעטונג פון אידן אין פראג דורך ר' מרדכי צמח, ווי אויך די געשיכטע פונעם "פורים פירהאנג" אין פראג אום כ"ב טבת, ה'רפ"ג. אריגינעל באשריבן דורך שלמה כהן, מנחם מנדל האט עס איבערגעארבעט און און ארויסגעגעבן אין יאר תשנ"ד.
  • די כוזרים לאנד – היסטאריע פון די כוזרים און ווי אזוי זיי האבן זיך מגייר געווען. אינעם צווייטן טייל באציט ער זיך איבער דעם בריוו פון רבי חסדאי אבן שפרוט צו די כוזרים. ער דערמאנט אויך אזעלכע בארימטע פערזענליכקייטן ווי אלדד הדני, מנחם בן סרוק און דונש בן לברט. די דערציילונג איז ארגינעל געשריבן געווארן דורך זעליג שאכנאוויטש און מנחם מנדל האט זי איבערגעארבעט און ארויסגעגעבן אין יאר תשנ"ה.
  • די שיינקייט פון שבת
  • די שיינקייט פון יום טוב
  • די שיינקייט פון ירושלים (ירושלים, תשמ"ו)
  • ישועת השם כהרף עין (ירושלים, תשנ"א)
  • דער אידישער פרינץ (ירושלים, תשנ"ב)
  • גירוש שפאניע (ירושלים, תשנ"ו)
  • א שטורעם אין מדבר (ירושלים, תשס"ו) – די אידן פון די חייבאר בערג אין צענטראל אראביע און ווי זיי האבן געקעמפט קעגן מוכאמאד וועלכער האט געוואלט אויפצווינגען אויף זיי זיין ניי געשאפענע רעליגיע. אריגינעל געשריבן דורך י.ש.ר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!