רוי:בת ים יוספטל באן סטאנציע
בת ים יוספטַל באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון מדינת ישראל באנען אין בת ים אויף דער ליניע הוד השרון—יבנה. די סטאנציע געפינט זיך אויפן גרעניץ צוויש בת ים און חולון, ביים ראג פון יוספטל גאס און דעם איילון שאסיי. מען האט געעפנט די סטאנציע דעם 25סטן סעפטעמבער 2011 אויף דער נייער פארשטאטישער ליניע וואס באדינט די שטעט חולון, בת ים און ראשון לציון. א נסיעה פון דער סטאנציע ביז תל אביב ההגנה באן סטאנציע דויערט 12 מינוט, און דאס פארגעלט איז 12 שקל.
באן דינסט
א גאנצן טאג שטעלן זיך אפ צוויי באנען אין דער סטאנציע אין יעדער ריכטונג; אין די שפיץ שעה'ן דריי באנען אין יעדער ריכטונג.
רעננה - באר שבע פארשטאָטישע ליניע | |
---|---|
צוקונפטיקע פלענער
אין 2012 האט מען געעפענט די פארלענגערונג פון דער ליניע ביז יבנה, שפעטער האט מען פארלענגערט די ליניע צו באהעפטן מיט די ליניע קיין אשדוד און אשקלון, און אין דעצעמבער 2013 האט מען געעפנט די פארלענגערונג קיין שדרות.
רוטעס
פריערדיגע סטאנציע | מדינת ישראל באנען | פאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
חולון וואלפסאן | הוד השרון–תל אביב–באר שבע פארשטאָטיש |
בת ים קוממיות |
32°00′53″N 34°45′43″E / 32.01472°N 34.76194°E
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!