רוי:אמיש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די אַמיש (דייטש: Amische; ענגליש: Amish) זענען פּראָטעסטאַנטישע קריסטן וועלכע שטאַמען פון דער שווייץ און דייטשלאַנד און היטן אָפּ זייער גלויבן זיך נישט צו לאָזן פון קיין שום מאָדערענע לוקסוס און טעכניק. זיי וואוינען בעיקר אין די פאַראייניגטע שטאַטן פון אַמעריקע און אין קאַנאַדע און געבן זיך אָפּ מיט לאַנדווירטשאַפט און באַנוצן זיך מיט פערד און וואָגן.

אָפּשטאַם

די אַמיש שטאַמען אָרגינעל פון פּראָטעסטאַנטישע קריסטן וועלכע האָבן אויפגעהאָדעוועט אַן אַנדערע רעליגיעזע גלויבונג און האָבן זיך אָפּגעטיילט פון די פּראָטעסטאַנטן. די רעליגיע ווערט גערופן אַנאַבאַפּטיסט אין וועלכע די עלטערן ברענגען אַריין זייערע קינדער אין דער רעליגיע נאָר ווען זיי זענען שוין גענוג אַנטוויקלט צו פאַרשטיין און זיי גלייבן אַז מיט דעם טויש ווערט פאַרגעבן אַלע עבירות און דער מענטש ווערט ווי אַ ניי־געבוירן קינד וועלכע איז ריין פון יעדער זינד. די רעליגיעזע גרופּע איז אָפיציעל געגרינדעט געוואָרן אין 1693 נאָכדעם וואָס עטליכע גלחים האָבן באַשלאָסן זיך אָפּצוטיילן פון זייער פאָטער רעליגיע צוליב עטליכע קלייניקייטן וועלכע זענען זיי נישט געפעלן.

די ניי געגרינדעטע גרופּע וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין דער שווייץ האָט זיך נישט געוואָלט קריגן מיט זייער פאָטער־רעליגיע און זייער פירער האָט באַשלאָסן צו אימיגרירן קיין אַמעריקע וועלכע איז אַ לאַנד פון רעליגיעזע פרייהייט. אין יענע צייטן האָבן זיך רוב אימיגראַנטן באַזעצט אין פּענסילוועניע וועלכע איז דאַן געווען איינע פון גרויסבריטאַניעס קאָלאָניעס און די לענקעסטער קאַונטי איז געוואָרן די פאַרנומענסטע אימיגראַנטן יישוב מיט צענדליגער טויזנטער אימיגראַנטן וועלכע זענען געקומען פון איבער גאַנץ אייראָפּע. די אַמיש זענען געקומען אין קליינע גרופּעס וועלכע האָבן אָנגעהאַלטן ביז אין 1770.

די אַמיש פאַרמאָגן נישט קיין געבעט הייזער ווייל עס איז נישט אין זייער רעליגיע. אַנשטאָט קומען זיי זיך צוזאַם אין די הייזער און קלייבן זיך צונויף יעדע וואָך ביי אַ צווייטן. ווען פרעמדע באַזוכער באַמערקן אַ גרעסערע צאָל פערד און וועגנער נעבן אַ הויז איז דאָס אַ סימן אַז זיי פלעפלן דאָרט.

די אַמיש האָבן זיך באַלד באַשעפטיגט מיט לאַנדווירטשאַפט ווייל זייערע פירער האָבן געהאלטן אַז אויב די באַפעלקערונג וועט אַרויסגיין טאָן מסחר אין דער וועלט וועלן זיי ווערן אומגלויביק. די אַמיש באַפעלקערונג האָט שטאַרק געוואָקסן און פאַרמאָגט שוין היינט געגנטן אין אָהייאָ, אינדיאַנע, און אין קאַנאַדע. די באַפעלקערונג סטאַטיסטיק ווייזן אַז זיי האָבן געוואָקסן פון יאָר צו יאָר מיט אַ גרויסער צאָל. ווי באַקאַנט וועלן זיי נישט רעדן אָדער האַנדלען מיט נישט-אַמיש מענטשן ווייל זייער רעליגיע ערלויבט דאָס נישט, אויס מורא אַז זיי וועלן זיך באַרעכענען. צווישן די אַמיש ווערן אַלע אַנדערע גוים אָנגערופן די ענגלישע און ווערן באַטראַכט אַלס פרייע מענטשן וועלכע זענען שלעכט פאַר דער וועלט און זינדיגן פאַרן באַשעפער.

די אַמיש רעדן אַן אַלטן דיאַלעקט פון דייטש וואָס מ'רופט "פּענסילוועניע דייטש". אויב עס קומט אויס צו רעדן מיט א פרעמדן וועלן זיי נוצן די ענגלישע שפּראַך וועלכע זיי לערנען זיך אויך.

די ארדענונג

די אמיש גלויבונג און לעבנ'ס סטיל איז באהערשט ביי א רייע תקנות וועלכע זיי רופן די ארדענונג (אין דייטש). זיי גלייבן אלע אינעם באשעפער און זיי וועלן נאר טאן זאכן וועלכע זיי גלייבן אז דאס איז די ווילן פון באשעפער. עלעקטריציטעט, אויטאמאבילן, טעלעוויזיע, מאדישע קליידונג און טייל תאוות עולם הזה זענען פארבאטן ביי זיי ווייל זיי האלטן אז דאס נעמט אוועק די געדאנקען פון דער רעליגיע.

מאדע איז ביי זיי איינע פון די ערגסטע זאכן און זיי האלטן אז מיט זייער לבוש בלייבן זיי אפגעטיילט פון דער גאנצער וועלט. זיי קומען און גיין נאר מיט פערד און וואגן ווייל מיט דעם באגרעניצט מען זיך נישט צו גיין צו ווייט אוועק פון דער געמיינדע. יעדע פערד און וואגן איז באלאכטן מיט א לאמטערן וועלכע איז ווי זייער סימבאל.

לויט זיי, ווייסן זייערע גייסטליכע פירער גענוי וואס עס טוט זיך אפ אויף דער וועלט און יעדע נייע טעכנאלאגיע ווערט באטראכט אויב עס מעג אויפגעצויגן ווערן צווישן דער באפעלקערונג. פילע נייע טעכנאלאגיעס זענען מיט די יארן ערלויבט געווארן צווישן דער באפעלקערונג אבער נאר אזעלכע זאכן וואס איז וויכטיג פאר ביזנעס אדער טאג טעגליכן לעבן. אויב אבער עס קען אויך גענוצט ווערן פאר באקוועמליכקייט אדער פארוויילונג וועט עס נישט דורכגעלאזט ווערן אפילו נישט וואס קען אויך גענוצט ווערן פאר ביזנעס.

א ביישפיל איז א קאמפיוטער. כאטש דאס איז א ריכטיג ביזנעס מיטל איז דאס נישט ערלויבט ווייל ער קען אויך גענוצט ווערן פאר אייגענע באקוועמליכקייטן. אבער למשל פלאסטיק, וועלכע איז א נייע סארט מאטריאל, איז יא אקצעפטירט געווארן.

א זשורנאליסט וועלכן עס איז געלונגען אויסצופרעגן אן אמיש (נארמאל וועלן זיי נישט ענטפערן פאר קיינעם) האט געשטעלט די פראגע אויב יענער וואלט געוואלט קויפן אן אויוון צו באקן צי דאס וואלט אקצעפטירט געווארן? דער זשורנאליסט וועלכע האט זיך גערישט אויף אן ענטפער אז אפשר אן אנטיק אדער גענוצטער אויוון איז ערלויבט, איז ערשטוינט געווארן צו הערן אז אדרבא, א נייער אויוון (פארשטייט זיך א האלץ אויוון ווייל קיין עלעקטריק אדער גאז איז דארט נישט פאראן) וואס קען בעסער באקן איז ביי זיי גאר א גוטע זאך אריינצוברענגען אויב מען קען זיך דאס ערלויבן.

משפחה לעבן

ביי די אמישע עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי זיך גט'ן. אויב די שלום בית הינקעט אביסל אונטער קען מען גיין צו ספעציעלע הייראט קאונסלערס וואס זענען צוגעשטעלט מטעם דער קירכע אדער אנדערע סארט הילף. אויב ברעכט איינער די געבאט און געט יא די 12 שורות ווערט ער ארויסגעווארפן פון דער קהילה לעולמי עד. ענליך און להבדיל צו דער דרך התורה איז דער מאן באטראכט אלס דער וואס גיט די גט, אזוי אז דער מאן איז דער וואס וועט ווערן ארויסגעווארפן און די פרוי מעג דארט בלייבן אבער זי קען שוין קיינמאל נישט חתונה האבן, איר דין בלייבט ווי אן אשת איש כל ימי חייה.

אן אמיש הויז

אן אמיש הויז פארמאגט נישט קיין ערנסטע אפאראטן און קיין שום עלעקטרישע קראפט איז נישט פאראן. מעבל איז אויך פאראן ווייניג און די וואס זיי האבן יא איז געשניצט דורך דער האנט און איז זייער פשוט. זייערע הייזער ווערן באלאכטן מיט לעכט, אויל, אדער גאז לאמפן.

די איינציגסטע מאדערנע פאבריק ביי דער אמיש באפעלקערונג איז די מילך פאבריק וועלכע פארמאגט מעכאנישע געצייג צו מעלקן די קי און זיי האבן אויך א פרידזשידער צו קענען האלטן דאס מילך פריש. זייער פרידזשידער ארבעט מיט א גענעראטאר ווייל זייערע דערפער האבן נישט קיין עלעקטריע. אויפן פעלד נוצן זיי נאר עכטע פערד פאר דער ארבעט און אויב איינער וויל זיך גרינגער מאכן די ארבעט קען ער צושטעלן א גאז געטריבענע מאשין אבער דאס פערד וועט אלס דינען אלס דער לאקאמאטיוו און די מאשין העלפט צו.

אן אמיש ארבעט'ס פערד איז א גענוצט פערד וועלכע האט שוין הארטע פיס, שטארקע אקסלען, און א הויקער אויפן רוקן. די סארט פערד ווערן אנגערופן דרעפט פערד און ווערן נאר גענוצט פאר דער שווערער ארבעט. אינדרויסן דרייען זיך אלע מענטשן אויף הויכע און געזונטע פערד וועלכע קענען ארויפשפרייזן בערג און דורכמאכן אלע שווערע וועגן. פאר טראנספארטאציע וועט קיינער נישט זיצן אויפ'ן פערד זעלבסט (פארוואס? זעט אויס אז דאס איז איינע פון זייערע טראדיציעס) נאר אלע פארן ארום מיט זיינע וועגנער.

די איינציגסטע פובליק ענערגיע סיסטעמס וועלכע די אמיש נוצן איז ווינט מיל, וואסער, און זון־טעכנאלאגיע ווייל די אלע דריי זענען זעלבסשטענדיגע סיסטעמען וועלכע האבן גארנישט צוטאן מיט דער דרויסנדיגער וועלט.

זיי זענען ערלויבט צו נוצן מאדערנע טראנספארטאציע אזוי לאנג וואו זיי אפערירן דאס נישט.

קליידונג

זייער קליידונג איז איינע פון זייערע סימבאלן מיט וועלכע מען וועט זיי דערקענען אפילו אויסער זייערע גרעניצן. די אמיש קליידן זיך ווי אין די אלטע צייטן ווען די גאנצע וועלט איז געווען אנגעטאן מער צניעות'דיג.

מענער גייען אלע געקליידעט אין שווארצע אנצעגער וועלכע פארמאגן נישט קיין קנעפלעך און מיט בלויע אדער ווייסע העמעדער. אלע גייען מיט הויזן טרעגער און יעדער אן אויסנאם האט שווארצע שיך. אלע האבן היטן כאטש זיי גייען נישט שטענדיג דערמיט. זייערע היטן זענען געמאכט פון פעל אדער פון שטרוי. די פרויען גייען מיט לאנגע קליידער ביז די קניען און וועלן נאר נוצן סחורות וועלכע זענען נישט אויפפאלנד אדער שרייענדיג.

פארהייראטע מענער גייען מיט בערד און זייערע פרויען דעקן זיך צו די האר ווי די אראבער און להבדיל די אידן.

די אמיש נייען אליינס אויף רוב פון זייערע קליידונג און די סחורות קויפן זיי פארטיג אין געשעפטן. אנדערע קליידונג ווי היטן, שיך, הויזן טרעגער קויפן זיי פארטיג.

זייער אלטמאדישע קליידונג און זייער באשיידנהייט האט זיי נאמינירט אלס די פשוטע מענטשן מיט וועלכע זיי ווערן גערופן איבער דער וועלט.

פינאנץ און קאמערץ

די וועלט זאגט אז די אמיש, ספעציעל די וואס וואוינען אין לענקעסטער קאונטי, זענען רייכע, אדער בעסער געזאגט, באלעבאטישע מענטשן. ווען מען רעכנט וואספארא קליינע הוצאות זיי האבן איבער'ן טאג איז דאס גרינג צו פארשטיין. רוב אמיש האנדלען מיט אומבאוועגליכע גיטער און פארמינג אבער קיינער נעמט נישט ארויס צופיל געלט ווייל קיינער וויל נישט פארברייטערן זיין ביזנעס צופיל ווייל דאס וועט אים אוועקנעמען דעם קאפ פון אנדערע זאכן און פון זיין רעליגיע.

גאר אן אינטערעסאנטע זאך אין האנדל איז אז קיינער בארגט נישט קיין געלט פון קיין צווייטן. נישטא אזא זאך! נו וויאזוי קען איינער קויפן א פארם? און וויאזוי וועט זיך איינער אן עצה געבן אויב ער דערלייגט גרויס געלט אדער עס קומען אים אונטער עפעס אויסערגעווענליכע אויסגאבן?

צו דעם איז פאראן א כמו גבאי צדקה ארגאניזאציע וועלכע איז א פאנד וועלכע דינט די פינאנציעלע אינטערעסן פון די באפעלקערונג. ווען א נייע יונגע קאפל ווערט פארהייראט דארפן זיי זיך נישט קענען ערלויבן צו קויפן א פארעם נאר וועלן באקומען דאס געלט פון די קאמיוניטי קאסע וועלכע ווערט צוזאמענגעשטעלט דורך אלע איינוואוינער וועלכע גיבן א געוויסע סומע יעדן מאנאט. אויב עס איז פאראן א קריזיס און מער מענטשן נויטיגן זיך אין געלט וועלן די ארגאניזאציע וואלונטירן ארומגיין שנארן א גרעסערע סומע געלט.

די אמיש וועלן נאר פרובירן קויפן זייערע פראדוקטן אין קליינע געשעפטן וועלכע האבן באגרעניצטע פארגעשריטנקייטן און וועלן פרובירן אויסצוקרויזן די גרויסע טשעין געשעפטן וועלכע זיי באטראכטן ווי די דרויסנדיגע וועלט. רוב געשעפטן אין וועלכע די אמיש קויפן איין זענען די באלעבאטים נישט קיין אמיש אבער זיי שטעלן זיך צו לויט די אמיש לעבנ'ס סטיל. זיי נוצן נישט קיין רעכן מאשינען, דידזשיטעל וואגשאל, און ווער רעדט נאך פון קאמפיוטערס.

איבער לענקעסטער קאונטי זענען פאראן זייער אסאך אמיש געשעפטן וועלכע זענען מער פארנומען מיט'ן סערווירן די טוריסטן ווי די אמיש באפעלקערונג זעלבסט. אויב איינער וויל טאן ביזנעס מיט די אמיש דייקא דעמאלט וועט ער מוזן עפענען זיין געשעפט אין א פארשטופטן ווינקל וואו ער וועט ציען ווייניג אויפמערקזאמקייט. טוריסטן וועלן נישט וויסן פון דעם געשעפט אבער די אמיש וועלן דאס שנעל אפירזוכן.

ווען א נייע געשעפט עפענט זיך איז נישט פאראן אזא זאך ווי אדווערטייזמענט. דער קאנצעפט עקזיסטירט בכלל נישט אים דעם באפעלקערונג. אלעס גייט דארט פון מויל צו אויער.

די אמיש וועלכע פראדוצירן פראדוקטן פארקויפן דאס נישט דירעקט אויפ'ן מארקעט נאר נוצן א מיטלמאן. איינע פון די באקאנטע פראדוקטן וועלכע זיי פראדוצירן איז שעדס (פאוויטקע אין אידיש) וועלכע זיי פארקויפן פאר א מיטלמאן וועלכער נעמט עס אפ נאכ'ן באצאלן קעש און ער טראגט עס אויפ'ן מארקעט. דאס זעלבע איז מיט די מאטריאלן וועלכע זיי קויפן צו מאכן זייערע פראדוקטן. זיי מאכן דעם ארדער און באצאלן מזומן אויפ'ן פלאץ.

עס זענען פאראן אמיש וועלכע פארקויפן אין זייערע געשעפטן פראדוקטן וועלכע זענען נאר געמאכט פאר טוריסטן. די חברה אקצעפטירן נאר קעש געלט. ( א קרעדיט קארד איז נישט בנמצא).

די באפעלקערונג

די אמיש באפעלקערונג ציילט זיך היינט 227,000 זעלן זי האט זיך געטאפלט אין די לעצטע 16 יאר און זי איז היינט צושפרייט אין 27 שטאטן פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

אן אמיש חתונה

איינע פון די אינטערעסאנסטע איינפירונגן אין די אמיש באפעלקערונג איז די חתונה סיסטעם. אלע זייערע חתונות קומען פאר אנפאנג ווינטער ווען עס איז נאך נישט קאלט. די פארנומענסטע מאנאט פאר חתונות איז נאוועמבער.

די אמיש הייראטן צווישן 16 און 20 יאר אלט און זיי זענען זיך נאר משדך מיט אמיש.

ווען עס פאסירט א שידוך ווערט דאס געהאלטן אין געהיים צווישן די נאנטע פאמיליע און די גאס ווערט נישט געוואויר דערפון ביז אין די זומער (יולי, אוגוסט) ווען די נעמען פון אלע שידוכים ווערן פארעפענטליכט און מען הייבט אן צוגרייטן א חתונה מאלצייט. קיין שום דזשולערי ווערט נישט געקויפט פאר די כלה ביז די חתונה און די איינציגסטע מתנה וועלכע די כלה באקומט ווען די שידוך ווערט געשלאסן איז אויך נישט קיין דזשולערי.

די חתונה סעזאן הייבט זיך אן אקטאבער און די צוויי זייטן טיילן זיך איין מיט די ארבעט. די צד הכלה גרייט צו די חתונה מאלצייט און די צד החתן קויפט איין וויכטיגע פראדוקטן פאר די צוקונפטע קאפל. דער צד החתן האט די ארבעט פון איינלאדענען אלע געסט צו די חתונה וועלכע ציילט אין די הונדערטער.

די חתונה מאלצייט קומט פאר אין די כלה'ס עלטערן'ס הויז און געדויערט ביז אין די שפעטע נאכט שטונדן און די נייע קאפל בלייבן וואוינען אין די כלה'ס עלטער'ן וואוינונג ביז די זומער ווען די עלטערן קויפן זיי א הויז. איבער די ווינטער וועלן זיי באזוכן פאמיליע מיטגלידער פאר עטליכע טעג און זיך גרייט מאכן פאר זייער קומנדיגע לעבן.

די אמיש מייסטערווערק

די אמיש זענען באקאנט שוין פון לאנגע יארן מיט זייערע האנט-געמאכטע וואלענע צודעקן (דאכענעס) מיט וועלכע א גרויסע צאל אמיש מאכן א פרנסה. די סארט צודעקן איז טראדיציאנאל א פרויענ'ישע ארבעט וועלכע מען ירש'נט אראפ פון דור צו דור. די אמיש צודעקן זענען געמאכט פון די טייערסטע ענגלישע וואל און פארקויפן זיך פאר איבער $1,000 דאלאר און טייל קענען זיין פיל טייערער.

אין זייערע ערשטע יארן און אויך שפעטער האבן זיך די אמיש שטארק געפלאגט אין די ביזנעס ווייל עס איז געווען אן אויפגעכאפטע באשעפטיגונג צווישן אלע עלטערע פרויען אין נארט אמעריקע און די פרייזן זענען געווען זייער נידעריג. היינט זענען זיי די איינציגסטע וואס מאכן עס און דאס איז א סטאבילע ביזנעס מיט גרויסע פראפיטן. נאכמער, אלע אזעלכע סארט צודעקן ווערן היינט פארקויפט צו די אמיש וועלכע פארקויפן דאס ווייטער אויף די מארקעט. זיי פארמאגן אויך גאר אלטע צודעקן וועלכע פארקויפן זיך פאר אסטראנאמישע פרייזן צוליב די חשיבות דערפון און אזוי אויך פארקויפן זיי אלטע ביליגע פון שוואכע קוואליטעט אדער וואס איז מער נישט אין סטיל.

טראדיציאנאל פלעגן די אמיש מאכן די צודעקן נאר אין טונקעלע קאלירן און רוב דערפון האבן געהאט דיימאנטן דיזיינס. היינט קען מען אבער באקומען אלע סארט דיזיינס און אלע סארט קאלירן. וויבאלד זייערע צודעקן איז א האנט-געמאכטע זאך איז שווער אז עס זאל זיי 100 פראצענט פונקטליך און מען וועט געווענליך קענען טרעפן עפעס א קלייניקייט וועלכע איז נישט ווי עס דארף צו זיין.

מען בויט א שטאל!

די אמיש זענען באקאנט מיט זייערע שטאלן. יעדער האט א שטאל אין וועלכע זיי האדעווען בהמות און האלטן זייערע פערדן. עס איז נישט פאראן אזא זאך איינער זאל נישט האבן א שטאל. יעדער וואס האט א הויז האט ער א שטאל.

אינטערעסאנטער פון דעם איז דאס בויען די שטאל. ווען מען בויט א שטאל איז די גאנצע שטאט איבערגעדרייעט. א נייע שטאל ווערט געבויט פאר א ניי-געהייראטע קאפל אדער אויב א שטאל האט זיך פארברענט אדער חרוב געווארן פון א ווינט. די גאנצע שטאט האט א טייל אין יעדע שטאל. אלע מענער, פרויערן און קינדער וועלן זיך באטייליגן ווען מען בויט א נייע שטאל. די האלץ ווערט געקויפט ביי א לאמבער און אלע אנדערע טיילן ווערן צוגעגרייט בעפאר די ארבעט הייבט זיך אן כדי עס זאל קענען גיין אן אפשטעל. אויב מען פלאנט א גרעסערע שטאל וועט מען געווענליך באשטעלן א קרעין צו הייבן די גרויסע שטאנגן. די ארבעט וועט צוגעגרייט ווערן בעפאר און ווען די שטאנגן וועלן זיין גרייט וועט מען אריינברענגן דעם קרעין וועלכע וועט דאס אויפהייבן און וועט באלד אפטראגן.

די עלטערע ערפארענע איינוואוינער קאנטראלירן די קאנסטראקשן און די יונגע פרישע מענער און די קינדער טוען די ארבעט ווען די פרויען און מיידלעך ברענגן זיי צו עסן און טרינקען און אנדערע געברויכן. דאס אויפשטעלן א שטאל געדויערט נישט לאנג און יעדער האט א חלק דערין.

די סצענע פון בויען א שטאל איז ווי דער סימבאל פון די באפעלקערונג'ס פריינשאפט. ווען איינער וויל אראפמאלן אדער אויפשפילן עפעס וועגן די אמיש וועט מען געווענליך נוצן א פערד און וואגן און די סצענע פון בויען א שטאל.

פרייהייט און רעכטן

די אמיש זענען זייער אויסגערעכנט און וועלן נאר האלטן אין די קאמיוניטי איינער וואס איז דערביי. א קינד ווערט נישט געצווינגן צו ווערן א מיטגלידער פון די קאמיוניטי נאר וועט זיך דאס אליינס אויסוועלן ביי די 16 יאר אלט. ביז די 16 קענען נישט קיין קינדער זיין אנוועזענד אין געשעענישן וועלכע האבן צעטאן מיט רעליגיע.

איינמאל מען דעגרייכט די 16 וועלן די עלטערן און די קאמיוניטי פירער פארלאנגן פון דעם יוגנטליכן צו מאכן זיין באשלוס אין לעבן. אויב וויל ער זיך נישט צושטעלן וועט ער מוזן פארלאזן די קאמיוניטי און ער האט די מעגליכקייט צוריקצוקומען ביז א קורצע צייט דערנאך אויב ער טוישט זיין מיינונג. אויב ער פארפעלט צוריקצוקומען ביז א געוויסע צייט ווערט ער אויסגעשלאסן פון די קאמיוניטי און וועט מער קיינמאל נישט קענען צוריקקומען אפילו ער האלט דערביי. אין אזא פאל וועט די פאמיליע אפהאקן אלע פארבינדונגן מיט דעם קינד און ער וועט שטענדיג באטראכט ווערן אלס א פרעמדער.

די אמיש האבן בכוונה צו געבן יעדן די אויסוואל אין לעבן ווייל זיי ווילן נאר האלטן אזעלכע מענטשן וועלכע זענען עכט דערביי און ווייסן וואס זיי האבן אויסדערוועלט. רוב טאטעס שיקן אוועק זייערע קינדער בעפאר די 16 צו זען די דרויסנדיגע וועלט כדי זיי זאלן פארשטיין וואס זיי פארפאסן און וואס זיי נעמען זיך אונטער. איינער וואס זעט די היינטיגע וועלט און וועט נאך אלץ אויסוועלן די אמיש לעבנ'ס סטיל איז געווענליך עכט דערביי און וועט בלייבן געטריי צו די קאמיוניטי מיט'ן גאנצן ווילן.

קיינער צווינגט נישט קיינעם צו האלטן די רעליגיע און יעדער האט די רעכט צו פארלאזן די קאמיוניטי. אבער אינערהאלב די קאמיוניטי פארלאנגען זיי אז יעדער זאל איינהאלטן אלע איינפירונגן און טראדיציעס. אויב איינער איז נישט דערביי אפילו נאר צו איין פרט וועט מען אים משלח זיין מיט שיינעם.


א פשוט'ע לעבן אין א מאדערנע וועלט

די גרעסטע שטער און פראבלעם צו די אמיש איז שטענדיג געווען, און איז היינט, די דרויסנדיגע וועלט. דער ערשטער און גרעסטער פראבלעם איז די פארנומענע טוריזם וואס קומט דארט פאר. זייער אינטערעסאנטע לעבנ'ס סטיל איז געווארן איינע פון די פארנומענע אטראקציע ערטער וועלכע ברענגט אהין הונדערטער מענטשן יעדן טאג. די אמיש איגנארירן די באזוכער און קוקן נישט אויף זייער זייט. קיינער ענטפערט נישט אדער לאכט צו קיינעם נאר זיי גייען אן מיט'ן סדר היום ווי גארנישט וואלט געווען. זיי וואלטן גערן געקענט באשטיין אז די גאנצע באזוכונגען זאלן זיך היינט אויפהערן כאטש עס ברענגט זיי א גוטע עקענאמיע.

טראץ זייערע אייגענע תקנות און געזעצן פרובירן זיי איינצוהאלטן אלע רעגירונג'ס געזעצן און האלטן דאס פאר וויכטיג. די אמיש צאלן שטייערן אבער נעמען נישט קיין שום בענעפיטן פון די רעגירונג און קויפן נישט קיין אינשורענס (זיכערהייט). אין 1961 האט די איי.אר.עס. זיי געמאכט אן אויסנאם אז זיי דארפן נישט צאלן קיין ?סאשעל סעקיוריטי? שטייער וויבאלד זיי צאלן נישט אריין אינעם סיסטעם און אין 1965 איז דאס געווארן געזעץ. אויסער סאשעל סעקיוריטי צאלן זיי אלעס כאטש וואס זיי נעמען נישט גארנישט פון די אלע סאציאלע פראגראמען.

נישט אלע זייערע אויפפירונגען קלאפט מיט די רעגירונג'ס געזעצן און זיי האבן שוין מערערע מאל געהאט פראבלעמען מיט די ?לאו ענפארסמענט אגענטורן? וועלכע זיי האבן געשליכטעט דורך מענטשן וועלכע האבן רעפרעזענטירט זייער געמיינדע אין די רעגירונג.

איינע פון זייערע גרעסטע פראבלעמען מיט'ן געזעץ איז די ערציאונג סיסטעם. די פעדעראלע און לאקאלע רעגירונגען האבן ערציאונג'ס סטאנדארטן וועלכע אלע שולעס מוזן איינהאלטן. אבער די אמיש ווילן נישט הערן פון די סטאנדארטן און האבן זיך זייער אייגענע וועג פון ערציאונג. די רעגירונג האט יארן צוריק געוואלט דארט אויפשטעלן א פובליק שולע אבער עס איז נישט געווען פאר וועם און דאס איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען. זיי האבן אן אייגענע פריוואטע שול-סיסטעם וועלכע גייט נאר ביז די 8'טע קלאס און דערנאך גייען אלע קינדער ארויס ארבעטן. זיי האלטן אז זיך לערנען א פאך איז וויכטיגער ווי ליינען ביכער פון היסטאריע. יעדעס קינד קומט ארויס מיט א פאך אין האנט מיט וועלכע ער באשעפטיגט זיך זיין גאנץ לעבן. עס איז נישט פאראן דארט אזא זאך אז איינער טוישט זיין לעבנ'ס קאריערע. ווער עס הייבט אן זיין לעבן מיט מעלקן קיען וועט בלייבן מיט דעם ארבעט פאר זיין גאנץ לעבן גענוי ווי עס איז געווען אין די אלטע צייטן.

אבער אין אלגעמיין וועלן זיי זיך צושטעלן צו די געזעצן און וועלן כאטש פרובירן דאס בעסטע לויט זייערע מעגליכקייטן, ספעציעל ווען עס קומט צו געזונטהייט אדער זיכערהייט. אלס א ביישפיל איז זייערע פערד און וועגנער. די לאקאלע רעגירונג האט זיי געווארנט אז די טונקעלע פערד און וועגנער קענען שווער געזען ווערן אין דער טונקל און איז א סכנה צו רייטן אויף א הייעוועי (הויפט וועג) אדער גרויסע גאסן. די אמיש האבן דאס פארשטאנען און האבן מסכים געווען ארויפצולייגן א ?אראנדזשע טרייענגל האזארד טעוועלע? וועלכע שיינט מיט מינימאלע ליכטיקייט. אין אהייא, וואו א גרויסע צאל אמיש וואוינען, האבן זיי אפילו רויטע לעקטערלעך ענליך צו אן אויטא וועלכע ארבעט מיט באטעריעס.

מאדערנע מעדעצינען ווערן נישט דערמאנט אין זייער ארדענונג און דאס איז די פערזענליכע באשלוס פון יעדע פאמיליע. רוב פאמיליעס נעמען געהעריג מעדעצינען וואס ווערט פארשריבן דורך א דאקטאר. אין פאל פון א עקסידענט אדער אנדערע ?עמוירדזשענסיס? וועט מען זיי געווענליך אריינפירן צו מאדערנע שפיטעלער מיט אמבולאנסן.

מיליטערישע באדינונגען איז ביי זיי שטרענג פארבאטן און קיינער שרייבט זיך נישט איין צו די מיליטער. זיי האלטן אז אוועקנעמען דאס לעבן פון א צווייטן מענטש, אפגעזען פאר וועלכע סיבה, איז א פארברעך און דערפאר ווילן זיי נישט גיין אין מיליטער. ווען אן אפליקאציע פאר מיליטער קומט אן פאר א יוגנטליכער וועלן זי דאס שיינערהייט אפזאגן מיט אן עקלערונג אז דאס איז קעגן זייער ווילן און זיי גלייבן אז דאס לעבן אדער טויט פון יעדן מענטש ליגט אין די הענט פון באשעפער און קיינער טאר נישט צולייגן קיין האנט דערצו. אין צייטן פון א מיליטערישע דרעפט, ווי ביי דער צווייטער וועלט קריג, האבן זיי בלית ברירה יא געשיקט זייערע קינדער אבער זיי האבן אויסגעארבעט מען זאל זיי געבן זייטיגע ארבעט וועלכע פארלאנגט נישט צו טראגן וואפן אויף זיך. די וועלכע זענען דעמאלט געגאנגן אין מיליטער האבן געהאט זייער שווערע צייטן זייענדיג אין די דרויסנדיגע וועלט און טייל צייטונגן האבן נאכאנאנד באריכטעט וועגן זייער אנוועזנהייט.

די עקענאמישע וועלט און היינטיגע סיסטעם פון ביזנעס קומט זיי שווער אן און מיט יעדע טריט ווייטער דארפן זיי שווערער ארבעטן צו מאכן פרנסה. אינפלאציע איז אויך א שטארקע פראבלעם פאר זיי ווייל זייער לעבנ'ס סטיל טוישט זיך נישט און ווען פראדוקטן ווערן טייער דערזעען זיי זיך מיט א פראבלעם און פרובירן אנדערע זאכן. איבער די יארן האבן זיי אנגעהויבן איינפלאנצן מערערע געוואוקסן און האבן אנטוויקעלט א גרעסערע פראדוקציע. טראץ די היינטיגע קליינע וועלט און גרינקייט צו טאן ביזנעס אויף די אנדערע עק וועלט זענען די אמיש פארבליבן מיט א געקלויבטע צאל דרויסנדיגע געשעפטן לייט מיט וועלכע זיי טוען ביזנעס און געטרויען זיי אלס זייערע דיסטריביוטערס.

די אמיש זענען שוין באזעצן אין אמעריקע פאר איבער 300 יאר. אנקעטעס האבן געוויזן אז אין די לעצטע 50 יאר האט זיך זייער באפעלקערונג דריי-פאכיג געדאפעלט. לויט זיי, ווייסן זיי זייער גוט וואס טוט זיך אפ אין די וועלט אבער זיי האלטן אן זייער רעליגיע און אלטמאדישע לעבנ'ס סטיל מיט א שטארקייט.

באזוכן די אמיש

צו פארשטיין מער און זען זייער לעבנ'ס סטיל איז נאר מעגליך דורך גיין זיי באזוכן. זיי האבן געמיינדעס אין עטליכע ערטער אין די פאראייניגטע שטאטן און אויך אין קאנאדע. די צוויי גרעסטע געמיינדעס זענען אין פענסעלוועניע און אין אהייא. די אמיש באפעלקערונג אין אהייא איז האלב פון די אין פענסעלוועניע אבער פאר'ן באזוך וועט דאס נישט אויסמאכן און ביידע זענען אייניג אינטערעסאנט.

אויב איר ווילט אהינפארן איז וויכטיג צו געדענקען אז די אמיש וועלן נישט טוישן א ווארט מיט קיינעם און וועלן אפילו נישט קוקן אויף אייער זייט. ערווארט נישט קיין באגריסונגען און עס איז א שאד צו עפענען דאס מויל צו זיי. די לענקעסטער קאונטי האט מיט די יארן אויפגעשעטעלט סעפציעלע ערטער וועלכע זענען געמאכט פאר טוריסטן אבער יעדער האט די רעכט ארומצוגיין וואו מען וויל אזוי לאנג ווי מען שטערט זיי נישט. די פאליציי איז דארט זייער שטרענג מיט די טוריסטן און אויב מען טשעפעט די אמיש טרייבט מען אוועק.

עס זענען פאראן טורס וועלכע טראגן ארום מערערע מענטשן אויפאיינמאל איבער די קאונטי אבער אויב איר ווילט זיי בעסער באטראכטן איז כדי צו גיין אליינס און שטילערהייט צוקוקן זייער לעבן. נעמען בילדער איז זייער שווער ווייל רוב מענטשן וועלן זיך אוועקדרייען אדער ארויפלייגן די הענט אויפ'ן געזיכט ווען איינער וויל נעמען א בילד.

לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!