רבי מרדכי דוב טווערסקי

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רבי מרדכי דוב פון הארנסטייפל)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הארנסטייפלער רבי
רבי מרדכי דוב טווערסקי
ספר "רבינו הקדוש מהארנסטייפל" (cropped).jpg
געבורט כ"ט כסלו ה'ת"ר
הארנסטייפל, אוקראינע
פטירה כ"ב אלול ה'תרס"ג (אלט: 63)
כינוי רבי מאטעלע הארנסטייפלער; רבי מרדכי בערניו
וואוין אָרט טשערקאס, הארנסטייפל
רבי'ס זיין זיידע רבי יעקב ישראל טווערסקי
ספרים עמק שאלה, עמק החכמה, פלא יועץ, חיבור לטהרה, תורי זהב
ווייב רייצא בת רבי חיים האלבערשטאם
טאטע רבי משולם זוסיא אויערבאך
מאמע שטערנא פייגא בת רבי יעקב ישראל טווערסקי
ערשטער אדמו"ר פון הארנסטייפל
ה'תרכ"גכ"ב אלול ה'תרס"ג

רבי מרדכי דוב טווערסקי (גערופן רבי מאטעלע הארנסטייפלער; כ"ט כסלו ה'ת"רכ"ב אלול ה'תרס"ג), איז געווען דער רב פון הארנסטייפל, און גרינדער פון הארנסטייפלער הויף.

ביאגראפיע

רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארנסטייפל צו רבי משולם זוסיא אויערבאך, רב אין טאלמיטש, (זון פון רבי מיכל'ע קירימער, זון פון רבי הערש מענדל פון האניפאלי, זון פון רבי משולם זושא פון האניפאלי), און צו מרת שטערנא פייגא, טאכטער פון רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס. רבי מרדכי דוב האט געהייסן נאך די צוויי זיידעס רבי מרדכי פון טשערנאביל און רבי דובער פון ליובאוויטש. ביי די זעקס (אדער ניין) יאר איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין מוטער; ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר פאטער דער טשערקאסער, און ער האט דעריבער געטוישט זיין פאמיליע נאמען פון אויערבאך אויף טווערסקי.

אין זיין יוגנט פלעגט ער אפט שלאפן אויף הארטע אדער שטעכעדיגע אויבערפלאכן, כדי נישט צו שלאפן קיין סך, און אויפשטיין פרי צו לערנען, זאגנדיג "אין בעט גלוסט זיך מיר נישט אויפצושטיין". אינגערהייט האט ער שוין געלערנט קבלה באהאלטענערהייט. אמאל האט ער זיך באניצט מיט שמות הק' צו פראווענען א מופת פאר א איד אין א צרה, און ווען זיין טשערקאסער זיידע איז געוואר געווארן האט ער אים געזאגט: "דו מוזט מיר צוזאגן אז דו וועסט עס מער נישט טוהן, למען ה' דו שפילסט זיך מיט פייער".

ביי די דרייצן יאר האט אים דער צאנזער רב, רבי חיים האלבערשטאם, גענומען אלס חתן פאר זיין טאכטער רייצא, אן אים האבן געזען. וויבאלד רבי מרדכי דוב האט, ווי אלע טשערנאבילער אייניקלעך, נישט געהאט קיין ערלויבעניש ארויסצופארן פון דער רוסישע אימפעריע, איז די חתונה פארגעקומען אין הוסיאטין, וואס האט זיך געפונען אויף דעם גרעניץ צווישען רוסלאנד און גאליציע (אין דער עסטרייכער אימפעריע).

רבי מרדכי דוב איז געווען א בארימטער תלמיד חכם און ער האט זיך געשריבן מיט פארשידענע גדולים אין זיין דור. ער פלעגט זיך פירן צו מסיים זיין גאנץ ש"ס אום שמחת תורה יעדעס יאר[1].

ער האט איבערגענומען זיין זיידן פון טשערקאס אלס "נשיא ואמרכל ארה"ק" פון כולל וואהלין און פלעגט שיקן גרויסע סכומים געלט צו טיילן פאר עניי ארץ ישראל[2].

רבנות

אין יאר ה'תרכ"ג איז ער געשטעלט געווארן אלס רב און רבי פון הארנסטייפל אויפ'ן באפעל פון זיין זיידן, וועלכער האט זיך געצויגן פון הארנסטייפל קיין טשערקאס דריי יאר פריער. ער האט אויך געפירט צענדליגע שטעטלעך אין אומגעגנט, וועלכע זענען געווען פאררעכנט די גלילות פון הארנסטייפל. נאך וואס זיין זיידע איז נפטר געווארן, אין י"ג אלול ה'תרל"ו (1876), איז זיין חסיד'ישער הויף פארברייטערט געווארן ווען אסאך טשערקאסער חסידים זענען אריבער צו אים, און ער איז געווען פון די גרעסטע רבי'ס אין אוקראינע. ער האט געפירט די רבי'סטעווע 40 יאר, דורכאויס וועלכע ער האט זיך אסאך געשריבן מיט די אדמו"רים אין זיין דור.

רבי מרדכי דוב איז נפטר געווארן אום כ"ב אלול ה'תרס"ג. זיין רביצין מרת רייצא איז נפטר געווארן כ"ה תמוז ה'תרע"ח.

קינדער

זיינע ספרים

  • עמק שאלה, שו"ת
  • עמק החכמה, ביאורים על התורה בדרך פלפול
  • פלא יועץ, דרושים בדרך החסידות על התורה און מועדים
  • חיבר לטהרה, אויף הלכות נטילת ידיים און הלכות מקוואות
  • תורי זהב, אויף הלכות ריבית
  • א ספר בכתב יד אויף שמות גיטין, פארברענט געווארן אין א שריפה אין יאר תרמ"ב
  • נאך א כתב יד, כד הזהב, אויף ענייני קבלה, איז פארניכטעט געווארן אין די פאגראמען פון תרע"ח-תר"פ (1918–1920)

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. שפע חיים, ירח האיתנים חלק שני, עמוד רפ"ג
  2. דאנק בריוו פון גבאי כולל וואהלין, אויף בידספיריט