ליפא פריעדמאן
![]() | |
געבורט |
כ"ב תשרי תרס"ה אניק |
---|---|
פטירה | כ' חשון תשל"ג (אלט: 68) |
קבורה ארט | ביה"ח סאטמאר, ניו זשערסי |
וואוינארט | וויליאמסבורג |
אַמט | מנהל מוסדות סאטמאר |
ר' חנניה יום טוב ליפא פריעדמאן (שמיני עצרת ה'תרס"ה - כ' חשון ה'תשל"ג) איז געווען אן עסקן און כלל-טוער, וואס האט געדינט אלס מנהל המוסדות פון סאטמאר אין ניו יארק, און איינער פון די וויכטיגסטע עסקנים ביי די סאטמארער חסידות אין די יארן נאכ'ן חורבן אייראפע. ער איז געווען א נאנטער תלמיד פון סאטמארער רבי'ן און א צענטראלע פיגור אין אויפבוי פון די סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג.
ביאגראפיע
ליפא איז געבוירן געווארן אין א קליין אונגארישן דערפל, אניק, נעבן דער שטאט סעליש, צו זיין פאטער רבי אברהם, א תלמיד פונעם סיגוטער רב רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים, נאך וועמען ר' אברהם האט גערופן זיין זון. יונגערהייט האט ער ארויסגעשטארצט מיט זיינע כשרונות, און האט געלערנט אין עטליכע ישיבות, אריינגערעכנט אין אונסדארף אונטער רבי יוסף יונה צבי הלוי הורוויץ. אלס בחור איז ער שוין געווען טעטיג אין כלל ענינים.
ער איז געווארן אן איידעם בזיווג ראשון ביי רבי שאול בראך, דער קאשויער רב. ליפא האט זיך באזעצט אין קאשוי, וואו ער האט געוואוינט עטליכע יאר, דערנאך האט ער זיך געצויגן קיין סעליש, וואו ער האט ווייטער אנגעפירט זיין עסקנות. אין יענע יארן האט ער צעטיילט זיין טאג - א טייל פונעם טאג האט ער אוועקגעגעבן פאר לערנען תורה און פירן א ישיבה אין זיין הויז מיט א קבוצה בחורים, און א טייל האט ער געארבעט אינעם באנק וואס האט געהערט צו זיין פאטער. ווען זיין פאטער איז געווארן עלטער און האט זיך געזעצט לערנען אין בית המדרש א גאנצן טאג, האט ער גענצליך איבערגענומען די פירערשאפט פונעם באנק.
ר' ליפא איז געווען באקאנט אין סעליש אלס איינער פון די חשוב'ע עסקנים פון דער קהילה, און ער האט געשטרעבט אריינצוברענגען א חסיד'ישן אטמאספער אין שטאט, וואס איז געווען מער אשכנז'יש געשטימט. ער פלעגט שענקען א גארטל פאר יעדער בר מצוה בחור, און פאר יעדער בחור וואס האט געוואלט פארן צום סאטמארער רבי'ן האט ער אויסגעצאלט די שפעזן.
ביי דער צווייטער וועלט קריג איז ער פארשיקט געווארן קיין אוישוויץ צוזאמען מיט זיין ווייב און זיבן קינדער, פון וועלכע נאר זיין בכור בערל איז געבליבן לעבן. אין אוישוויץ האט ר' ליפא געשפילט א ראלע אין אפהיטן אידישקייט, געהאלפן אנדערע אידן לייגן תפילין, און געהאלטן חשבון ווען ס'איז שבת און יום טוב. אויך האט ער רעקארדירט די יארצייטן פון די ארטיגע אומגעקומענע. שפעטער האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט יוכבד, א טאכטער פון רבי אברהם וואלדמאן, שו"ב אין שטאט סאטמאר. מיט יוכבד האט ער געהאט איין זון און איין טאכטער.
נאכן חורבן אייראפע האט ער זיך צוריקגעקערט קיין סעליש, און שפעטער האט ער אימיגרירט קיין טשעכאסלאוואקיי, וואו ער האט געדינט אלס רב אין א פליטים קהילה אין דער שטאט כאמטוב. אין תש"ז איז ער געקומען קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין וויליאמסבורג. ער איז נפטר געווארן כ' חשוון תשל"ג, און ער ליגט אין דעם סאטמארער בית החיים אין ניו זשערסי[1].
עסקנות און אויפבוי פון סאטמאר
נאך בעפארן קריג האט דער סאטמארער רבי אנערקענט זיין טאלאנט, און ער פלעגט אים באשטימען פאר פארשידענע שליחות'ן. צווישן די יארן תרצ"ח און תש"ד איז ער געווען דער "אמבאסאדאר" פון סאטמאר אין טשעכיי, און האט געשפילט א ראלע אין פארשידענע עסקנות אקטיוויטעטן, אריינגערעכנט פדיון שבויים און ראטעווען אידן פון די נאצישע נעגל[2].
נאכן קריג, אלס רב אין כאמטוב, איז ער געווען טעטיג אין אויפבויען מוסדות און קהילות פאר די פליטים און אין שאפן פילע וויזעס פאר זיינע באקאנטע, זיי זאלן קענען אימיגרירן קיין אמעריקע. ער האט שפעטער אליין אימיגרירט אהין און געארבעט אינאיינעם מיטן סאטמארער רבי'ן, אויפצובויען דארט א חסיד'ישע געמיינדע.
ווען דער סאטמארער רבי האט באשלאסן צו בלייבן אין אמעריקע, איז רבי ליפא געווארן זיין פערזענליכער מנהל און ער האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין די קהל "יטב לב" דסאטמאר אין ניו יארק, אריינגערעכנט אויפשטעלן די קהילה זעלבסט און אירע שטאטוטן. ער האט אויך געדינט אלס סגן ראש הקהל און "ווייס פרעזידענט" פון די קהילה[3], און געהאט א טייל אין די מוסדות "יטב לב דסאטמאר" אין ירושלים[4]. דער סאטמארער רבי האט אים מתחילה פארגעשלאגן אז ער זאל ווערן א רב, אבער ער האט געזאגט אז עס וועט אים זיין מער תועלת צו זיין אן עסקן און מנהל המוסדות[5].
ר' ליפא איז איז געווען פאראנטווארטליך פארן אויפשטעלן די חדר און ישיבה "תורה ויראה" דסאטמאר און די מיידל שולע "בית רחל", און איז געווארן דער געטרייער מנהל המוסדות פון סאטמאר. אונטער זיין פירערשאפט זענען די אינסטיטוציעס שטארק געוואקסן און געווארן די גרעסטע אידישע פריוואטע חינוך סיסטעם אין אמעריקע. רבי ליפא האט געהאט א שטארקע פארבינדונג מיט'ן סאטמארער רבי'ן, און האט געדינט אלס זיין רעכטע האנט אין אלע ענינים פון די מוסדות[6]. ער האט געפירט זיין ארבעט מיט מסירת נפש, ארבעטנדיג אפטמאל ביז שפעט אין די נאכט. ער האט זיך אויך אפגעגעבן מיט שרייבן די תורות פונעם סאטמארער רבי'ן[7].
אויסער זיין ראלע אין די מוסדות, איז רבי ליפא געווען ווי דער "אויסערן מיניסטער" פון סאטמאר; ער איז געווען אריינגעמישט אין פיל עסקנות אויפן לעגאלן פראנט, און איז געווען א וויכטיגע פארבינדונג צווישן די סאטמארער קהילה און דער אמעריקאנער רעגירונג[8]. אויסער אוועקשטעלן די חסידישע חינוך סיסטעם, איז ער געווארן קרעדיטירט מיטן גרינדן פרייע-הלוואות סאסייעטיס פאר אידן און אנטוויקלען דריי גאנץ-נאכט מעדיצינישע קליניקס איבער ברוקלין[9]. ער האט געהאט א פירנדע ראלע אין די "פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס" פון וויליאמסבורג (UJO) זינט איר גרינדונג[10], און ער האט געארבעט מיט פארשידענע פאליטיקאנטן און רעגירונגס באאמטע, אריינגערעכנט פרעזידענט ניקסאן, צו העלפן די מוסדות און די אידישע געמיינדע[11].
ער האט זיך מתחילה קענגעגשטעלט דאס אויפבויען א שטעטל פאר סאטמאר. אבער טראץ וואס ער פלעגט זיך צומאל קענען דינגען מיט סאטמארער רבי'ן איבער געוויסע ענינים פון די קהילה, האט ער עס געטון מיט אן הכנעה און בלויז ווען דער רבי האט געוואלט הערן זיין מיינונג[12]. אין זיינע לעצטע יארן האט ער יא צוגעהאלפן דאס גרינדן די סאטמארער קהילה אין קרית יואל[13], וואו עס איז שפעטער געווידמעט געווארן א געסל, "ליפא פריעדמאן לעין", אויף זיין נאמען[14]. ביי זיין לויה האט זיך באטייליגט ניו יארק סיטי מעיאר דזשאן לינדזי[9].
משפחה
- זיין עלטסטער זון, בערל פרידמאן (אוועק תשע"ד), איז געווען דער ראש הקהל אין סאטמארער קהילה פון רבי אהרן אין וויליאמסבורג.
- זיין צווייטער זון, אברהם פרידמאן, איז רעדאקטאר פון די צייטונג.
ביבליאגראפיע
- "הגנרל", דורות 606, בטאון העדה, תשפ"ג
- אברהם יעקב גלאנצער, "איש חסיד היה", אגם מים, תשל"ה, עמ' שעה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- Ben Wilensky, “Sect Plans Exodus to N.J.,” Brooklyn Eagle, October 20, 1962
רעפערענצן
- ↑ בילד פון זיין מציבה, אויף אייוועלט
- ↑ דורות: ז' 18
- ↑ שטר הסכם בין רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע להנדיב ר' ישראל זופניק ז"ל, עבור המקוה טהרה של סאטמאר, אויף עתיקים, תשל"ב
- ↑ רשימות פון פאיער רב, רבי משה דוב וויינבערגער, "עבודת רבינו בימי הפורים שנת תש"ז - תש"ח", גינת ורדים יא, תשע"א, עמ' מו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ שמואל שלמה טעללער, זקניך ויאמרו לך - יב, תש"פ
- ↑ דברי יואל - מכתבים ב, תש"מ, עמ' נז, א בריוו פון סאטמאר רבי'ן מיט א שליחות צו רבי ליפא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ זעט "מילין זעירין", ליקוטי אורה שבועות, תשע"ו, עמ' ו
- ↑ Stephen Price, “The Effect of Federal Anti-Poverty Programs and Policies of the Hasidic and Puerto Communities of Williamsburg” (PhD diss., Brandeis University, 1979), 157
- ↑ 9.0 9.1 Rabbi Leopold Friedman Dies; Leader of Hasidic Movement, New York Times, אקטאבער 30, 1972 (
ארכיוו)
- ↑ A Fortress in Brooklyn: Race, Real Estate, and the Making of Hasidic Williamsburg. pp. 63, 80–81.
- ↑ Ari L. Goldman, Hasidim Flexing Political Muscle, New York Times, אקטאבער 8, 1972 (
ארכיוו)
- ↑ ישיבת תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל, ונבנתה עיר (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ שמואל שלמה טעללער, "ר׳ ליפא׳ס מסירות נפש פארן רבי׳נס שטעטל", קרית מלך רב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע); זעט אויך דעם "הערת המחבר", אין חלק ב'
- ↑ ליפא פריעדמאן לעין, אויף גוגל מאפעס