טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:תכלית

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)
תכלית (שמועסביישטייערונגען)

איך וויל אזוי שטארק צו לייגן א האנט. אבער איך שפיר כאילו איך בין אריין געפאלן און א ריזיגן זאל, און איך טרעף נישט הענט אין פיס. איך ווייס נישט פון וואו צו אנהייבן, קודם זאהל איך לערנען וואו צו שרייבן גוט אויף יידיש? אדער ענדעשער וואו צו רעדן און פארשטיין יידיש?

בכלל, צו קען איך עפעס צולייגין טאמער קען איך נישט גוט יידיש? אפשר איז בעסער איך זאהל בכלל נישט זיין דא?

קען איך דען זיך צוגלייכן צום אקטיווע מכלולאים וואס זענען אזוי באקאנט אינעם שפראך?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

יעדער וואס איז אקטיוו דאהי לייגט א געוואלד צו!

דערמאנט אייך נאר ווען איר זענט צום ערשטן מאל אנגעקומען צו המכלול העברי, האט איר מסתמא אויך געשפירט ווי איר פאלט אריין אין א ריזיגן זאל (כ'ווייס ביי מיר אז אזוי האב איך געשפירט...); יעצט קענט איר זיך שוין אויס מיטן גאנצן סיסטעם פון ארום, און פליסיגקייט פון שפראך איז שוין א קלייניגקייט דערקעגן.

איר וועט זיך אביסל דא דרייען, צולייגן און פאררעכטן קלייניגקייטן ווען עס קומט אייך אונטער, וועט איר זיך געוויס שנעל צולערנען וויפיל עס פעלט אייך אויס.

צום ביישפיל, קענט איר פרובירן צוצולייגן מקורות צו ארטיקלען וואו עס פעלט, אדער צולייגן א אינטערשפראך לינק (קישור בינוויקי) צו המכלול העברי אין בלעטער וואס האבן עס נישט.

פאר הילף, וויאזוי צו טון די זאכן אדער סיי וואס אנדערש, קענט איר מיר אלעמאל פרעגן; כ'וועל זיך פרייען אייך צו העלפן.

הצלחה רבה!

תכלית (שמועסביישטייערונגען)

א גרויסן דאנק. איך וועל פרוהבירן העלפן וויפל איך קען. איך שפיר אבער אז מיין עיקר "תכלית" איז שרייבן ערכים און פארברייטערן. האסטו צו דעם וואו אזוי מיר העלפן? כלומר וואס טוה איך כדי איך זאהל יעצט קענען שרייבן אפאר ערכים וואס איך האב שוין געשריבן און המכלול העברי? ווייל דערוויל בין איך נאך נישט אוזי גוט און יידיש. וואס ביזטו מציע?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איך וואלט מציע געווען איר זאלט אנהייבן מיט פארברייטערן "רוי" ארטיקלען, ובפרט די וואס זענען אין קאַטעגאָריע:אויף יידיש, וואס באדייט אז זיי זענען סייווי נישט געשריבן אין די היימישע אידיש. קוקט נאך וואס אנדערע זענען מגיה נאך אייך, און איר וועט זיך שנעל צולערנען בעז"ה.

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

איך וואלט געזאגט, זוכט אן ערך וואס איר האט געשריבן אין העברי, און איז פארהאן אויך דא אבער אין די רוי געביט, און בוי זיך אויף יענעם ערך, אזוי קען די ארבעט זיין גרינגער און שנעלער.

איין זאך בעט איך אלס בקשה אישית, לאז זיך נישט נאך, לאזט נישט ארויסגיין פון אונטער דיין גוטע הענט א זאך וואס איז נישט מושלם!!

אויב איר ווילט-וויפיל סאיז שייך און איך טויג בין איך דא גרייט אייך צו העלפן דערביי.

ווען אין דיינע אויגן איז אן ערך שוין גרייט, עפן פשוט א דרעפט בלאט מאך העתק הדבק פון די גאנצער רוי ארטיקל און בעט אריבערפירן צום הויפט געביט, פארצייכענענדיג אז סאיז געבויט אויף א רוי ארטיקל.

פארשטענדליך?!

תכלית (שמועסביישטייערונגען)

"רווי" איז א ערך און "דרעפט" איז א טיוטה?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

"דרעפט" איז א טיוטה.

"רוי" איז א כמו-ערך... דאס זענען בלעטער געברענגט געווארן פון וויקיפעדיע. פאר מער, זעט המכלול:רוי געביט.