המכלול שמועס:שרייבן פראיעקט/ליסטע שבט תשפ"ג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אבן הפינה?

אקטיווע מכלולאים‏ איך פארשטיי נישט, די רשימה וואס איז הינטער די אבן פינה פראגראם, איז נישט אז די אללע ארטיקלען זענען געוואנדן צו זיין אבן פינה ארטיקלען? נאר צויי געקליבענע זענען פארהאן ביז איצטער? האט'ס אמונה (שמועס) 17:11, 15 פעברואר 2023 (IST)

די רשימה איז צו באשטימען אויף וועלכע ארטיקלען מיר גייען פרובירן זיך צו פארלייגן זיי צו שרייבן. מיר קענען זיך נישט פארלייגן צו שרייבן בלויז "אבן הפינה" ארטיקלען, און דאס איז אינגאנצן נישט דער ציל. יעדע ארטיקל וואס ווערט געשריבן איז אומשאצבאר, אויך אויב פאסט עס נישט אריין אין די ראמען פון אבן הפינה.
אבן הפינה קומט נישט מיט א רשימה פון פאראויס, נאר עס איז א ליסטע פון די תוצאה לאחר המעשה; פון אזעלכע ארטיקלען וועלכע זענען גענוג צענטראל, און גענוג אייגנארטיג און רייך געשריבן, צו צייגן אונזער פאטענציאל. נישט יעדע ארטיקל דארף זיין צענטראל, און מעגליך אז דער וואס טייטשט איבער פינף ארטיקלען טוט אויף מער ווי דער וואס שרייבט איין אייגענע. אבן הפינה קומט מיט גארנישט מגרע זיין אנדערע, עס איז נאר א גרינגע וועג צו איבערצייגן סקעפטיקער אז מיר קענען ווירקליך שאפן ענציקלאפעדישע תוכן.
בכל אופן, סיי וועלכע ארטיקל וואס איר האלט אז עס קומט אין אבן הפינה קאטעגאריע, זאל עס זיין פון די "שרייב פראיעקט" ליסטע צי עפעס אנדערש, קענט איר אלעמאל אויפברענגען פאר דיסקוסיע. — צמא לדעתשמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 17:26, 15 פעברואר 2023 (IST)