המכלול שמועס:רייניגונג פראיעקט/פראצעדור

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אקטיווע מכלולאים‏, ווער עס האט נישט מיטגעהאלטן, עס איז היינט פארגעקומען א היסטארישע שמועס מיט די המכלול וועטעראנען און געוויסע חלקים פונעם פראצעדור זענען באהאנדלט געווארן. ביטע קוקט אדורך דעם דאקומענט, וואס אנטהאלט פארשלאגן צו טוישן דעם מהלך, און לאזט אייך הערן מיט קאמענטארן, הצעות, קריטיק, און סיי וואס; ווייל נאר צוזאמען וועלן מיר עס ריכטיג אדורכטון. א דאנק. — צמא לדעתשמועס • ו' כסלו ה'תשפ"ג 00:44, 30 נאָוועמבער 2022 (IST)

דער פרינציפ אז מען וועט נישט קענען אריבערפירן א נייע דרעפט איז טאקע א שטארקע זאך צו צויאגן דאס ארבעט, אבער א שאד אפצוהאלטן די פרישע (בעסערע) סחורה פון אריין קומען.
עס קען אבער זיין אז עס וועט בכלל נישט זיין רעלעוואנט. שווערמער (שמועס) 01:51, 30 נאָוועמבער 2022 (IST)
דער נומער פון 500 באקוקטע ערכים איז בלויז א טעכנישע זאך, וואס מ'קען אלעמאל טוישן שפעטער אויב פעלט אויס. וויכטיגער איז צו זיין אינגאנצן קלאר מיט די קאטעגאריעס וכדומה, וואס מ'האלט און וויאזוי עס ווערט באצייכנט. — צמא לדעתשמועס • ו' כסלו ה'תשפ"ג 13:40, 30 נאָוועמבער 2022 (IST)

תמצית

צו מאכן א שטיקל סך הכל פון יענעם דאקומענט, אויב איז גרינגער אזוי צו באשליסן: נאכ'ן אוועקנעמען אלע שמוץ פונעם ארטיקל (און די "אומבאקוקט" קאטעגאריע), גענוי ווי ביז אהער, דאן אויב איז עס:

  • א ווערטערבוך טייטש (אויף עפעס וואס האט ענציקלאפעדישע חשיבות, אבער דא שטייט נישט מער ווי טייטש פונעם טערמין) - שטעל צו די "פיצעלע ארטיקל" קאטעגאריע.
  • האט נישט ענציקלאפעדישע חשיבות - שטעל צו "נישט ענציקלאפעדיש".
  • ביידע חסרונות צוזאמען, אדער א נארישקייט וואס וועט קיינמאל נישט אינטערעסירן דעם דורכשניטליכן אידיש ליינער, אויך נאך פארברייטערן אדער איבערשרייבן - פארמעק גלייך.

אין די אלע פעלער, האבן מיר דא געענדיגט מיט דעם ארטיקל.

אויב איז עס נישט איינס פון די אויבנדערמאנטע, איז עס לכאורה:

  • געשריבן רעלאטיוו נישט שלעכט - שטעל צו "נישט שלעכט"; אדער איז עס
  • איבער א וויכטיגע זאך, וואס דער דורכשניטליכער ליינער (נישט געוואוינט צו הויכע סטאנדארטן) וועט ערווארטן צו טרעפן ביי אונז אויב איז עס אויף וויקיפעדיע - שטעל צו "וויכטיגע ארטיקלען"
  • ביידע - באצייכן ביידע.

ביי ערכי יסוד ממש, לייג אויך צו קאטעגאריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן אדער קאטעגאריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן, לפי הענין. ווידער אויב איז עס (א וויכטיגע אדער נישט-שלעכטע ערך) אויף עניני אמונות ודעות בלויז פון סעקולארן שטאנדפונקט - לייג אויך קאטעגאריע:פעלט אידישע בליק.

נאר די וויכטיגע אדער נישט שלעכטע דארף מען נאך אביסל צופוצן, דהיינו:

  • פארבינדן דעם ארטיקל צום רעלעוואנטן ערך אין המכלול העברי.
  • טוישן די ווערטער פון יידיש אויף אידיש.
  • צולייגן "רבי" וואו עס קומט אין נאמען.
  • פאררעכטן נעמען און פארבינדונגען פון בילדער און מוסטערן, אז זיי זאלן זיך צייגן ריכטיג.

דערנאך נעם אויך אראפ די "אויף יידיש" קאטעגאריע. עד כאן.

אין די זעלבע צייט, גייט מען פרובירן צו שרייבן נייע ארטיקלען אויף המכלול סטאנדארטן:

  • נאר אין דרעפט.
  • וועט אריבערגעפירט ווערן נאר דורך באשטימטע אחראים וואס וועלן עס איבערקוקן (געטוישט ע"פ הצעת שמש מרפא, ווייל צושטימונג פון פיר חברים וועט ברענגען צופיל ביוראקראטיע און שוועריגקייט).
  • נאך יעדע דרעפט אריבערפירונג, ווערט געפרוירן דאס אריבערפירן פרישע דרעפטס ביז ווען דער "אומבאקוקט" קאטעגאריע ווערט מיט 500 ווייניגער. (אדער אן אנדער נומער, לויט וואס וועט זיך אויסשטעלן דער ריכטיגער באלאנס מיט דער צייט).

מען דארף נאך באשליסן ווער זאלן זיין די אחראים. איך וואלט פארגעשלאגן שמש מרפא און מקוה, אדער יואל וויס און נייטראלער אויב דארף מען אידישע שרייבער (לדעתי דארף מען נישט, און אויסלייג וכדומה קען מען גרינג איבערבליקן נאך זיי). נישט אז מיר פארמינערן אין די חשיבות פון אנדערע חברים, (און מיט דער צייט וועט מען אפשר טאקע שטעלן אנדערע), נאר אויף אנצוהייבן איז כדאי עס איינצופעדעמען מיט די וועטעראנען.

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע לאזט אייך הערן וואס פריער, ווייל מען דארף זיך רוקן ווייטער... — צמא לדעתשמועס • ו' כסלו ה'תשפ"ג 14:46, 30 נאָוועמבער 2022 (IST)