המכלול:רייכע היים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער פראיעקט איז אין די צוגרייטונג פאזע

מיר פארלייגן טאקע יעצט אלע כוחות צו רייניגן דאס פלאץ און עס פאראידישן, אבער אין לענגערן טערמין וועלן מיר אוודאי שאפן פרישע רייכע תוכן. מיר וועלן דארפן פארשענערן דעם הויפט בלאט, וואס וועט דינען אלס טויער צו אינהאלטספולע ארטיקלען, תמידים כסדרם. דא קען מען אויסרעכענען און איבערשמועסן געדאנקען פאר קעסטלעך אויפ'ן הויפט בלאט וועלכע זאלן זיך כסדר טוישן - געדאנקען וועלכע וועלן שפעטער אויסגעפירט ווערן אלס פראיעקטן, בעזר ה'.

  • היינט אינעם לוח איז יעצט גאר ארים. מען דארף אפמאכן וואס קומט דערין - ווייל נישט אלעס וואס קומט אינעם ארטיקל ב' כסלו קומט אינעם קעסטל ב' כסלו - און עס צולייגן. אויך קען מען צושטעלן א קעסטל לויט'ן אלגעמיינעם קאלענדאר.
  • פרשת השבוע: ארטיקלען בשייכות צו די פרשה. מען קען זיך דערביי ארויסהעלפן מיט די העברעאישע ערכים בפרשה. בהמשך, קען מען צולייגן אויך איבער די הפטורה.
  • עניני דיומא: בעפאר ימים טובים און דאס גלייכן, ארטיקלען בשייכות צו די טעג.
  • אין די נייעס: עקזיסטירט שוין, אבער מיר וועלן דארפן באשטימען איינער וואס זאל דאס כסדר אפדעיטן און פארבינדן צו פאסיגע ארטיקלען.
  • אויסדערוועלטע ארטיקלען: ווען מיר וועלן פארמאגן אזאנס...
  • האסטו געוואוסט?: א טשיקאווע ידיעה, מיט א לינק צו אן ארטיקל בשייכות דערצו.
  • בילד פון טאג: עפעס וואס כאפט דאס אויג, מיט א לינק צו אן ארטיקל בשייכות דערצו.
  • פון ספרים שאנק: אראפלייגן אין קורצע ווערטער איין פון אונזערע ספרי יסוד, מיט א לינק צו אן ארטיקל איבער'ן ספר אדער מחבר.
  • א באזוך אין שטעטל: וואס וועט יעדע פאר טעג אויפברענגען אן אנדערע קהילה פון בעפאר'ן קריג, וכדומה.
  • תרי"ג מצוות, מיט ארטיקלען בשייכות צו די מצוה.
  • א אידישע משפחה: וואס וועט אויסרעכענען עטליכע באקאנטע פערזאנען פון די משפחה, ווי אויך א לינק צו אן ארטיקל איבער די משפחה בכלל. אדער קען עס גאר זיין אן ערשטע נאמען.
  • דער אידישער קאך: וואס וועט אויפברענגען אידישע מאכלים (פון געפילטע פיש ביז געפילטע קרויט), קען אפילו זיין מיט לייכטע רעצעפטן...
  • הלכה: אן ארטיקל בשייכות צו א נושא אין הלכה אויפ'ן סדר פון טוש"ע, אדער קיצור שלחן ערוך, וכדומה.