דרעפט:תדעל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

תדעל, איז א קעניג פון גויים דערמאנט אין בראשית יד אלס אליאירט מיט דריי אנדערע קעניגן, אונטערדריקנדיג אן אויפשטאנד פון פינף קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן געמאכט א בונד צו ווידערשפעניגן אין די קעניגן פון מעסאפאטאמיע, אין די צייטן פון אברהם אבינו.

אין תורה

די פיר קעניגן, אין שפיץ פון כדרלעומר, זענען געקומען קיין כנען אונטערצודריקן די קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעומר. איינוועגס האבן זיי שוין אויך געשלאגן אפאר פעלקער, צווישן זיי די רפאים, די חורים אין כנען, די אמורים און נאך. ביים מלחמה קעגן די פינף קעניגן פון כיכר הירדן האבן די פיר קעניגן באזיגט די ווידערשפעניגער, געפאנגען פון זיי און גערויבט א גרויס פארמעגן, צווישן זיי לוט און זיין פארמעגן. אברהם האט זיי נאכגעיאגט, און אין געגנט פון דמשק האט ער זיי געכאפט און זיי געזיגט, און ער האט צוריק געברענגט די געפאנגענע און די פארמעגנס צו די קעניגן פון כיכר הירדן.

זיין נאמען און אפשטאם

תדעל איז א חתישע נאמען. די נאמען תדעל איז א העברעאישע טראנסקריפציע פונעם חתישן נאמען דֻדְחַ'לִי[1].

די מקור פונעם נאמען איז פון א בארג וואס איז פארהייליגט ביי די חתים, תֻדְחַ'לִי בארג. דאס אידענטיפיצירן פונעם נאמען תדעל מיט די חתישע קעניגן וואס טראגן די נאמען תֻדְחַ'לִי, דֻדְחַ'לִי אדער תודחליאש איז געטון געווארן אין די דרייסיגער יארן פונעם 20סטער י"ה און איז ערקלערט געווארן מיט בייטן פון די אותיות ח' און די אות ע'. די נאמען תֻדְחַ'לִי איז געפונען אין די ארכיוון פון שטאט אוגרית און איז דארט געשריבן אין די מקראישע צורה. לויט אלישע קמרון איז תדעל תֻדְחַ'לִי דער צווייטער, וואס האט אקופירט סיריע אין 15'טע יארהונדערט בעפ"צ[2], ווידעראום אנדערע נייגן אים צו אידענטיפיצירן מיט תודחליאש פונעם 17'טע י"ה בעפ"צ[3]. אין תרגום השבעים, ערשיינט זיין נאמען ווי תלעל.

יוסף בן מתתיהו שרייבט אין זיין ספר "קדמוניות היהודים", אז אמרפל איז געווען אן אשור'ישער קריגס-מיניסטער וועלכער איז געשיקט געווארן מיט דריי אנדערע קריגס-מיניסטארן פאר א שטראף קאמפיין אין כנען; צוזאמען האבן זיי בארויבט סיריע און אונטערטעניגט די קעניגן פון סדום און אומגעגנט וועלכע האבן ווידערשפעניגט אין אשור[4].

אין חז"ל

אונקלוס טייטש די ווערטער "מלך גויים" - "מַלְכָּא דְּעַמְמֵי", דאס מיינט: א קעניג פון א צאל פעלקער, און אזוי האבן אנגענומען רוב מפרשים.

דער רמב"ן אויפן פסוק: ” וַיְהִי, בִּימֵי אַמְרָפֶל מֶלֶךְ-שִׁנְעָר, אַרְיוֹךְ, מֶלֶךְ אֶלָּסָר; כְּדָרְלָעֹמֶר מֶלֶךְ עֵילָם, וְתִדְעָל מֶלֶךְ גּוֹיִם” (בראשית, י"ד, א.) טייטשט אז "די מעשה האט פאסירט מיט אברהם צו ווייזן אז פיר מלכויות וועלן שטיין און געוועלטיגן אויף דער וועלט און ענדע וועלן זיינע קינדער זיך שטארקן אויף זיי און זיי וועלן אלע פאלן אין זייערע הענט, און וועלן צוריק קערן אלע זייערע געפאנגענע און פארמעגנס. און "מלך גוים" דער קעניג אויף פארשידענע פעלקער וואס זיי האבן אים אויפגענומען אלס הויפט, איז מרמז אויף מלך רומי וואס איז געקרוינט אויף א שטאט צוזאמגעקליבן פון אסאך פעלקער, כיתים, אדום און נאך פעלקער: און אזוי שטייט אין בראשית רבה (מ"ב ב') "”אמר רבי אבין, כשם שפתח בארבע מלכיות, כך אינו חותם אלא בארבע מלכיות וכו'” [=פונקט ווי ער האט אנגעהויבן מיט ארבע מלכויות וועט ער ענדיגן מיט ארבע מלכויות]. און נאך שטייט אין מדרש: (מ"ב ד') ”ויהי בימי אמרפל מלך שנער, זו בבל. אריוך מלך אלסר, זו מדי, כדרלעומר מלך עילם, זו יון, ותדעל מלך גוים, זו מלכות אדום שהיא מכתבת טירוניא מכל אומות העולם”".

רעפערענצן

  1. שמואל ייבין, מחקרים בתולדות ישראל וארצו, ירושלים, מ.ניומן, 1959, ע"מ 58.
  2. אלישע קמרון, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, ע"מ 104.
  3. Adam Simon van der Woude, Adrianus van Selms. (1968). Adhuc Loquitur. E.J. Brill. p.36.
  4. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ספר א, פרק ט