רוי:אמורי

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:אמורים)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אמורי איז א סעמיטישע פאלק וועלכע האט געוואוינט פון מערב פון דער פרת.

אין חומש ווערט געזאגט, אז איידער די אידן זענען אריינגעקומען קיין ארץ-ישראל איז דאס לאנד באוואוינט געווען דורך א רייע אנדערע פעלקער, צווישן וועלכע איין פאלק האט געהייסן "אמורי". אין בראשית[1] ווערט אמורי פאררעכנט אלס איינער פון די קינדער פון כנען. אבער אין במדבר[2] ווערט געזאגט, אז דאס פאלק אמורי האט געוואוינט נישט נאר אין דעם ריכטיגן ארץ-ישראל נאר אין יענער זייט ירדן, אין "עבר הירדן", און דארט איז געווען סיחון מלך האמורי וועלכן די אידן האבן באזיגט און איינגענומען זיין הויפטשטאט "חשבון". ווידער אין ספר יהושע[3] ווערט געזאגט וועגן פינף קעניגן פון אמורי וואס האבן געקעניגט אין ריכטיגן ארץ-ישראל, אין ירושלים, חברון, ירמות, לכיש און עגלון. עס ווייזט אויס, אז אמורי האט פארנומען געגנטן אין ביידע זייטן פון ירדן.

חוץ אין תנ"ך געפינט מען וועגן פאלק אמורי (דארט הייסט ער "אמורו") אין די פלעקל-שריפטן פון אלטן אשור, ווי אויך אין עגיפטישע אלטע אויפשריפטן.

אין דער גמרא ווערן פארשידענע אבערגלויבנס אנגערופן "דרכי אמורי"[4].

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!