דרעפט:רמב"ן
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי משה בן נחמן איז געבוירן געווארן אין גרענאדא, שפאניע, אין דעם יאר 1194, ער איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל ארום דעם יאר 1270. זיין קבר איז אין חברון, נישט ווייט פון דער מערת המכפלה. ער איז דער מחבר פון מערערע וויכטיגע תלמוד'ישע און רעליגיעז־פילאזאפישע ווערק: חידושים אויף תלמוד; וועגן אמונה; פּאָלעמישע ספרים ווי "ספר מלחמות ה'" אין וועלכן ער נעמט זיך אָן פאר'ן רי"ף קעגן די השגות פון בעל המאור; פּירושים אויף דעם ספר יצירה, אויף איוב; ספר המצוות מיט השגות אויף דעם רמב"מ'ס ספר המצוות; שאלות ותשובות. ער האט אויך פארפאסט פּיוטים, סליחות, געפירט ויכוחים מיט גלחים אין געגנווארט פון קעניגע און האט זיי באזיגט. איז געווען א דאקטאר מעדיצין. זיין תלמיד דער רשב"א האט אים געזען אפנעמען א קינד ביי א גויה.
וועלט־בארימט איז זיין פּירוש אויף תורה. זיין פילאזאפישע שיטה איז געבויט אויף דריי הויפּט עיקרים: דער באשעפער האט באשאפן די וועלט פון גארנישט, דער אלמעכטיגער ווייסט און זעט אלץ, השגחה העליונה.
דער ריב"ש אין זיין תשובה סימן תט"ו זאגט, אז ער איז געווען "סיני ועוקר הרים, וכל דבריו כגחלי אש ועליו סומכין כמשה מפּי הגבורה", ער איז געווען א בקי און א חריף, אלע זיינע רייד זענען ווי פייערדיגע קוילן, און מען פארלאזט זיך אויף אים ווי אויף משה רבינו וועלכער האט מקבל געווען פונעם אויבערשטן.
דער חתם סופר זאגט אז דעם רמב"נ'ס ספר איז "יסוד אמונה ושרש הדת", דער פונדאמענט פון אונזער גלויבן, דער ווארצל פון אונזער רעליגיע. אין זיין צוואה הייסט ער זיינע קינדער זיי זאלן אליין לערנען חומש מיטן רמב"ן, און זיי זאלן עס לערנען זייערע קינדער.
אגב'דיגס: אין איינעם פון די ויכוחים האט א גלח געזאגט אז ער קען ווייזן א רמז פונעם ווארט "בראשית" אויף זייער רעליגיע. נעמליך, די ערשטע דריי אותיות "ברא" מאכן בן, רוח, אב. האט דער רמב"ן געענטפערט באלד אויפן ארט אז די לעצטע דריי אותיות "שיר", ליינענדיג צוריק־וועגס מאכן, תורת אותו האיש שקר.