דרעפט:רבי שלום מרדכי הכהן שוואדראן

ר' שלום מרדכי ב"ר משה שוואדראן פון ברעזשאן (תקצ"ה–תרע"א)

געבוירן כ"ז ניסן תקצ"ה אין דעם דארף ביניוב לעבן לוטשאוו צו זיין פאטער, רבי משה. ער איז גערופן געווארן נאך זיינע זיידעס, רבי שלום פון ברעזשאן און רבי מרדכי, רב אין נערייעוו, אדער נאך זיין קרוב רבי מרדכי פון קרעמניץ. פון קינדווייז אָן א מתמיד עצום 16 שעה א טאג. כדי נישט צו שלאפן ביינאכט, האט ער צוגעבונדן זיין פיאה צו דער סטעליע, און ווען ער איז איינגעשלאפן און זיין קאפּ איז געפאלן, האט ער זיך ערוועקט. שוין אין זיין יוגנט האט ער זיך צוגעוואוינט צו שלאפן בלויז דריי שעה ביינאכט און א האלבע שעה בייטאג, געלערנט דאן יעדן טאג בעיון 4 בלאט, 16 בלאט בקיאות, און נאך שיעורים אין רמב"ם און שולחן ערוך. אזוי איז ער דורכגעגאנגען רוב ש"ס הונדערט און איין מאל. דאס לערנען איז אים געווען ארגאניזירט מיט קלארקייט און גלייכקייט אפילו אין די קאמפליצירסטע ענינים, אזוי ווי ער איז געווען מסודר אין אלע זיינע אנגעלעגנהייטן, און האט געשטעלט יעדע זאך אויפן ארט.

ווען ער איז געווען בערך זעקס-זיבן יאר אלט, איז זיין פאטער מיט אים געפארן צו רבי מאיר פון פּרעמישלאן, בשעת די זיבן יאר וואס ער איז געזעסן אין דער פינצטער אויף א נידעריגן באנק, זיך צו משתתף זיין אין דער צער פון רבי ישראל פון רוזשין, וועלכער איז געווען ארעסטירט אין רוסלאנד. ווען ער האט געטאפּט דעם אינגל'ס פיאות, האט אים געווארנט זיי נישט צו שניידן זיין גאנץ לעבן, ווי עס האט זיך געפירט זיין זיידן ר' שלום, און דאס איז א סגולה אויף אריכות ימים. ער האט אים אויך געווארנט, אז ער זאל נישט לערנען קיין דקדוק, אָן זיין טאטע'ס וויסן. זיי האבן זיך דערשראקן, אז ער האט געזען מיט רוח הקודש דאס אז א מלמד, א משכיל אין זיין שטאט האט אים איבערגערעדט צו לערנען תלמוד לשון עברי פון בן זאב, און ביים צוריקקומען האט דער פאטער פארברענט דעם םפר. אין עלטער פון ניין איז ער געפארן צו רבי יהודה צבי פון סטרעטין, וועלכער האט אים געבענטשט צו זיין א תלמיד חכם א ירא שמים.

ער איז געפארן צו רבי שלום פון בעלזא, און אין זיינע ספרים דערמאנט ער אים עטליכע מאל. דער שר האט אים געבענטשט אז זיין לערנען זאל זיין נישט נאר כמונח בקופסא, נייערט ער זאל זיך קענען באנוצן דערמיט להלכה. ער איז פאררעכנט געווען ווי דער העכסטער אויטאריטעט ביי זיין זון רבי יהושע און זיין אייניקל רבי ישכר דוב. נאכ'ן שר'ס פטירה האט ער זיך געווייקט ביי רבי אברהם פון סטרעטין, און איז געפארן צו אים אייניגע יארן. ווען ער איז אמאל געווען ביי אים אויף ראש השנה, האט ער גע'חלום'ט אז ער ליינט א בלאט פון די ספר החיים והמתים, און אזוי איז טאקע געשען יענער יאר. בשעת ער איז געווען קראנק אויף טיפוס האט ער גע'חלום'ט אז ער נידון געווארן למיתה, נאר ס'איז געקומען צו אים איינער בדמות רבי אייזיקל זידיטשובער און אים גע'פטר'ט. זיין ברודער ר' יעקב איז געפארן פון קאלאמייע אים צו באזוכן, און אויפ'ן וועג איז ער אריין צו זיין רבי'ן אין זידיטשוב מיט א פדיון. דער רבי האט אים בארואיגט: שלום שמו ושלום לו. ווען ר' שלום מרדכי איז געזונט געווארן און איז געפארן צו רבי אייזיקל, איז ער איבערראשט געווארן צו זען אז דאס איז זיין אדוואקאט. די געשיכטע איז פארשפּרייט געווארן דורך אים אין גאליציע. זינט דאן האט ער פארגעזעצט צו פארן צו אים, און ווען ער האט אנגעויבן דינען ברבנות האט אים דער רבי ווארעם געוואונטשן דריי מאל.


ביבליאגראפיע

רעפערענצן