רוי:רבי יהודה צבי בראנדוויין
רבי יודא הערש (יהודה צבי) בראנדוויין (התק"מ אומגעפער - י"א אייר ה'תר"ד) איז געווען דער גרינדער פונעם סטרעטינער הויף. ער איז געווען פון די גרעסטע תלמידים פון הרה"ק רבי אורי פון סטרעליסק זי"ע, און א שטיק צייט נאך זיין רבי'נס הסתלקות, כ"ג אלול תקפ"ו, איז רבי יהודא הערש געווארן ממלא מקומו, אנגעהויבן פירן די חסידים, און טויזנטער האבן זיך מסתופף געווען בצל קדשו, ביז זיין פטירה אין תר"ד.
יודא הערש איז געבוירן תק"מ בערך אין זאוואליוו, אסט-גאליציע צו זיין פאטער, הרב שמואל זיינוויל אב"ד זאוואליוו, א זון פון הרב מרדכי פעשעס אב"ד נאראיעוו.
ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון רבי אליעזר כהנא פון ראזדאל.
דער סטרעטינער איז געווען בארימט מיט זיין גרויסע קדושה, בפרט מיט זיין עבודת התפילה וואס איז צוגעגאנגען מיט מסירת נפש. ער פלעגט אויך פארן א סך קיין אונגארן און רומעניע, וואו ער האט פארשפרייט חסידות און עבודת ה'.
ער איז געווען א תלמיד פון רבי ארון לייב פון פרימישלאן און נאך אים פון רבי אורי פון סטרעליסק וואס ווערט גערופן "דער שרף", וועמענס ממלא מקום ער איז געווארן אין תקפ"ו.
זיינע תורות זענען געדרוקט אין "דגל מחנה יהודה".
ער איז נפטר געווארן י"א אייר תר"ד און ער ליגט אין סטרעטין אין דעם אוהל.
ער האט איבערגעלאזט דריי זין:
- רבי אברהם פון סטרעטין (תקס"ה - ג' טבת תרכ"ה)
- רבי אלעזר פון אזאפאלי (תק"ס - כ' אב תרכ"ה)
- רבי שמואל זיינוויל פון סטרעטין (תקע"ה - ג' אדר תרמ"ז)
רעפערענצן
- יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור, עמ' 348
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!