דרעפט:רבי סנדר אורי
רבי סנדר אורי זצ"ל איז געווען אן אייניקל פונעם בני יששכר, א פיאנער קיבוצ'ניק, און שפעטער דער שווער פון רבי ישראל מרדכי טווערסקי.
אינגע יארן
רבי אלכסנדר סנדר אורי זצ"ל איז געבוירן אין יאר תרנ"ח אלס אן אייניקל פון הרה"ק רבי צבי אלימלך שפירא פון דינוב, דער 'בני יששכר' זי"ע אין וויען וואו עס האט דאן געבוזשעוועט דער ווינט פון השכלה וואס האט מיטגעשלעפט מיט זיך פון די בעסטע און שענסטע בחורים. דער מצב האט זיך פארערגערט ווען עס האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט-מלחמה אין יאר תרע"ד. בחורים זענען מיט געוואלד גענומען געווארן אין מיליטער, אויך די פיר קינדער פונעם אורי פאמיליע זענען גענומען געווארן צום פראנט. די מאמע איז שנעל געפארן קיין בלאזשוב דערציילן פארן 'צבי לצדיק'. דער רבי האט אויפגעהויבן זיין הוט און געזאגט, ווייזנדיג אויפ'ן מח זיינער: "אלע דיינע זין זענען דא, האסט זיך נישט וואס צו זארגן." פיר יאר זענען די פיר ברידער געווען אויפ'ן אויפ'ן שלאכט-פעלד. זיי האבן געזען ווי זייערע חברים פאלן ווי פליגן איינער נאכ'ן אנדערן. ווען ס'איז אנגעקומען 'נאך א בריגאדע' פון סאלדאטן, זענען זיי געווען די איינציגע וואס זענען געבליבן ביים לעבן און האבן מקבל-פנים געווען די פריש-אנגעקומענע.
כאטש די מיליטער האט כמעט נישט צוגעשטעלט קיינע עסן פאר די סאלדאטן, און זיי זענען געצווינגען געווען צו פאנגען בעלי חיים כדי זיך צו האלטן ביים לעבן האט אבער רבי סנדר נישט געדארפט עסן קיין מאכלות אסורות. אזוי איז אויך געווען ווען ער האט זיך געפונען שפעטער אינעם קיבוץ. ווען ער איז אלט געווען זעכצן יאר, נאך איידער ער איז געשיקט געווארן אין מיליטער, האט ער זיך באקענט מיט א גרופע בחורים וואס האבן זיך גערופן 'בלוי ווייס'. די חברים האבן אפגעשמועסט צווישן זיך, אז זיי וועלן בשום אופן עסן פלייש. דער טאטע האט אויך אונטערגעשריבן דעם 'קבלה', וואס האט שפעטער געראטעוועט זיין נפש פון גיין אין תהום. פאר זיין פטירה האט ער געזאגט פאר זיין זון: 'פאר די לעצטע זיבעציג יאר האב איך נישט אריינגענומען אין מויל קיין פלייש און איך האב נישט פארפעלט אפילו איין טאג פון מקוה!', כאטש אין שטוב האט איז יא געווען בשר בהמה ועוף.
אלס קיבוצ'ניק
ווען דער מלחמה האט זיך געענדיגט, האט זיך דער יונגער אלעקס געטראפן ארויפגיין קיין פאלעסטינע, ווען ער שטעלט זיך צו צו א גרופע פיאנערן, וועלכע האבן זיך גערופן "השומר הצעיר". אום חודש תשרי תר"פ זענען די חברי 'השומר הצעיר' אנגעקומען קיין ארץ-ישראל און אינאיינעם האבן זיי אויפגעשטעלט דעם קיבוץ 'בית אלפא' אין 'עמק יזרעאל'. אינעם נייעם קיבוץ זענען אויפגעשטעלט געווארן וואוין- געצעלטן, וואס אין יעדע פון זיי האבן געוואוינט פיר נפשות. אלעקס האט געטיילט א געצעלט מיט נאך דריי חברים: לוי שקולניק, וועלכער וועט שפעטער באוואוסט ווערן אלס לוי אשכול, דער דריטער ראש-ממשלה אין מדינת-ישראל; מאיר יערי, שפעטער פון די 'השומר הצעיר' באוועגונג און שפעטער דער פירער פון די ארבעטער-פארטיי; און דוד הורביץ, וועלכער וועט שפעטער פירן דעם צענטראלן באנק אין לאנד. צווישן די אויפשטעלער פונעם קיבוץ זענען געווען אבא חושי, דער שפעטערדיגער מעיאר פון חיפה און יעקב חזן, אויך א פארטיי אנפירער.
די גרופע פיאנערן וועלכע זענען אנגעקומען קיין ארץ-ישראל, האבן אנגעהויבן אויספלאסטערן די גאסן לטובת די נייע געגנט. נאכדעם וואס זיי האבן אויסגעפלאסטערט עטליכע שטעט, זענען זיי באשטעלט געווארן צו ארבעטן אין ירושלים. די פלאסטעריי אין ירושלים איז בכלל נישט געווען קיין לייכטע ארבעט. די טערקישע געזעץ האט פארבאטן יעדע באנוץ מיט 'פעך' און כאטש וואס עס זענען שוין אריבער צוויי יאר זינט די טערקן האבן זיך צוריקגעצויגן פון ארץ-ישראל, זענען נאך די גאסן פון ירושלים נישט געפלאסטערט געווארן מיט פעך. די פלאסטערער זענען געצווינגען געווען צו צעברעקלען די שטיינער דורכ'ן זיי צעברעכן מיט א האמער, קלאפנדיג זיי אינעם ריכטיגן ווינקל, ביז זיי זענען געווען גרייט צו נוצן.
זיי זענען געברענגט געווארן צו רחוב בהר"ן, וואו עס האט זיך געפונען די בערמאן בעקעריי, וואו עס געפונט זיך היינט א מוסד 'בנות ירושלים'. דער וועג צו 'בערמאנ'ס בעקעריי' אויף דעם גאס, איז געווען כמעט אוממעגליך דורכצופארן, "די ברייטקייט פונעם געסל איז געווען קוים צוויי פיס און פול מיט שטרויכלונגען וואס זענען פול געווען מיט רעגן-וואסער און מ'האט קוים געקענט אריבערגיין. מר. בערמאן, דער אייגנטומער פונעם בעקעריי, האט געבעטן א קאמפאני זיי זאלן פאר אים טרעפן גוטע ארבעטער צו פלאסטערן די גאס, כדי עס זאל זיך נישט פארזוימען דאס צושטעלן די ברויט פאר די שפיטעלער. און די בעסטע פלאסטערער זענען טאקע געשיקט געווארן. עס זענען טאקע געווען נאך בעקערייען אינעם געגנט, אבער די בערמאן בעקעריי איז געווען די גרעסטע פון זיי אלע, און דער וועגל צו איר איז די ערשטע אויסגעפלאסטערט געווארן.
די דורכגייער האבן זיך אפגעשטעלט אויף א מינוט צו באטראכטן דעם סצענע וואס האט זיך אנטפלעקט פאר זייערע אויגן. און ס'איז געווען וואס צו זען: א גרופע בחורים מיט בערד און לאנגע האר, הוילע קעפ, זיצן אויף דער ערד און גלאטן אויס שטיינער. פלוצלינג האט אלעקס באמערקט א איד וואס האט געשטופט פאר אים א וואגן פול מיט ספרים, פרובירנדיג דורכצושניידן א וועג צווישן די פילע שטרויכלונגען וואס זענען אויסגעשפרייט לענגאויס דעם וועג. אלעקס האט פאר א מינוט אפגעשטעלט זיך פון דער ארבעט, געקוקט אויף דעם וואגן פון דעם מוכר-ספרים. דער מוכר, רבי יהושע יונתן רובינשטיין, האט באמערקט זיין בליק און האט א פרעג געטון מיט א שמייכל: 'איר ווילט אפשר קויפן א ספר?' צו זיין איבעראשונג, האט אים אלעקס געענטפערט: 'דו האסט אפשר דעם ספר 'בני יששכר'? דער מוכר ספרים איז ערשטוינט געווארן, וואס האט דער פארשוויצטער קיבוצ'ניק מיט'ן 'בני יששכר'? 'ער איז מיין זיידע,' האט דער טאטע געזאגט מיט א שמייכל, זעענדיג דעם מוכר'ס וואונדער, 'און אין שטוב פון מיינע עלטערן אין וויען איז אפילו דא דער כתב-יד פון זיין ספר. די טאכטער פונעם 'בני יששכר' האט חתונה-געהאט מיט מיין זיידע, רבי יעקב אורי וועלכער איז געווען רב אין טארקא, און זייער זון איז מיין זיידע, הרב אברהם יהושע העשיל אורי.'
ווען דער מוכר ספרים האט דאס געהערט, איז ער אויפגעציטערט געווארן און ער האט געשריגן: 'וויאזוי קען זיין אז דער אייניקל פונעם 'בני יששכר' שטייט מיט א הוילע קאפ אין ארץ-ישראל און ער טוט גלאט-מאכן שטיינער?' ביידע האבן געשוויגן, אראפקוקנדיג אויף דער ערד. פלוצלינג האט הרב רובינשטיין געפרעגט: 'ס'איז דיר גוט אזוי, אדער דו ווילסט מאכן א שינוי?'. "וואספארא שינוי?" האט דער טאטע געפרעגט, "איר האט עפעס וואס פארצושלאגן?". "איר האט נאך א פאך אין דער האנט?" האט הרב רובינשטיין ווידער געפרעגט. "יא," האט אלעקס געענטפערט, "איך האב זיך געלערנט בוכהאלטעריי." "הרב רובינשטיין האט געטראכט א מינוט, דאן האט ער געזאגט: 'אויב אזוי, האב איך פאר דיר אן ארבעט. א האלבע טאג וועסטו זיין א בוכהאלטער אין ירושלים, און די אנדערע האלב טאג וועסטו לערנען אין ישיבה.' און אזוי איז טאקע געווען.
פאמיליע
- זיין זון רבי יעקב אורי
רעפערענצן
- וועלוול שמעלצער, "דער הייליגער פיאנער", אן אוצר, חנוכה תשפ"ג איבערגעזעצט פון העברעאיש פון "החלוץ הקדוש", משפחה, סיון תשפ"א. אויך אין ענגליש "Pioneering Spirit"
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |