דרעפט:בית הורדוס
![]() | |
פרוטה פון הורדוס | |
מדינה |
ארץ יהודה גרויס-ארמעניע קליין-ארמעניע |
---|---|
תארים |
רשימה
עטנאַרך פון יהודה טעטראַרך פון גליל און עבר הירדן טעטראַרך פון יטור, טרכונה, בשן, גולן, און חורן טאָפּאַרך פון יבנה קעניג פון גרויס-ארמעניע קעניג פון קליין-ארמעניע קעניג פון קעטיס |
מייסד | אנטיפטר האדומי |
השליט האחרון | אגריפס דער צווייטער |
אתניות | אדום, חשמונאים |
בית הורדוס איז געווען א קעניגליכע דינאסטיע פון אדומישן אפשטאם, וואס האט געהערשט איבער'ן העראדיאנער קעניגרייך פון יהודה און שפעטער די העראדיאנער טעטרארכיע אלס א וואסאל שטאַט פון דער רוימישער אימפעריע. בית הורדוס האט זיך אנגעהויבן מיט הורדוס דער גרויסער, וואס האט איבערגענומען דעם טראן איבער יהודה, מיט רוימישע שטיצע, אומווארפנדיג די הונדערט-און-דריי יעריגע מלכות בית חשמונאי. זיין קעניגרייך האט אנגעהאלטן ביז זיין טויט אין יאר 4 פצ”ר, ווען ס'איז צעטיילט געווארן צווישן זיינע זין און זיינס א שוועסטער אלס א טעטרארכיע, וואס האט אנגעהאלטן בערך 10 יאר. רוב פון די טעטרארכיעס, אריינגערעכנט יהודה אליין, זענען איינגעגלידערט געווארן אין דער רומישער יהודה פראווינץ אנגעהויבן פון יאר 4 פצ”ר, אבער א באגרעניצטע העראדיאנער קעניגרייך האט דע פאקטא פארגעזעצט ביזן טויט פון אגריפס דער ערשטער אין יאר 44, און דער טיטל פון קעניג האט פארגעזעצט ביז בערך 92 אדער 100, ווען דער לעצטער העראדיאנער מאנארך, קעניג אגריפס דער צווייטער (עב'), איז געשטארבן, און רוים האט איבערגענומען די פולע מאכט איבער זיין דע יורע געביט.
געשיכטע
אפשטאם
דער חשמונאישער קעניג יוחנן הורקנוס (134-104 פצ”ר) האט איינגענומען אדום און געצוואונגען די אדומיים זיך מגייר צו זיין[1]. די אדומיים זענען ביסלעכווייז איינגעגלידערט געווארן אין דער אידישע נאציאן, און געוויסע פון זיי האבן דערגרייכט הויכראנגיגע פאזיציעס. אין די צייטן פון אלכסנדר ינאי, איז דער אדומי אנטיפס באשטימט געווארן אלס גובערנאטאר פון אדום[2]. זיין זון אנטיפטרוס איז געווען דער הויפט ראטגעבער פאר הורקנוס דער צווייטער, און ער האט באוויזן אויפצושטעלן א גוטע באציאונג מיט דער רוימישער רעפובליק, וואס האט אין יענער צייט (63 פצ”ר) פארברייטערט איר איינפלוס אויפ'ן ראיאן[3], נאכן אייננעמען סיריע און נאך איר אריינמישן זיך אין א ברידערקריג אין יהודה.
עס זענען דא פארשידענע גענעאלאגיעס פאר דער דינאסטיע, געוואנדן אין די מקורות. לויט סעקסטוס יוליוס אפריקאנוס (ענ'), האט אנטיפטר'ס טאטע געהייסן הורדוס, און עפיפאניוס פון סאלאמיס (ענ') שרייבט אז דער הורדוס' טאטע האט געהייסן אנטיפס. יוסף בן מתתיהו איז דער וואס זאגט אז אנטיפס איז געווען דער פאטער פון אנטיפטר, און פארברייטערט נישט ווייטער איבער זיין יחוס. די לעצטע ווערסיע איז אנגענומען געווארן ביי געלערנטע.
יוליוס קייסער האט באשטימט אנטיפטר אלס פראקוראטאר פון יהודה אין יאר 47 פצ”ר [4], און אנטיפטר האט באשטימט זיינע זין פצאל און הורדוס אלס גובערנאטארן פון ירושלים און גליל. אנטיפטר איז דער'הרג'עט געווארן אין יאר 43 פצ”ר; אבער זיינע זין האבן באוויזן צו האלטן די לייצעס פון דער מאכט, און זענען דערהויבן געווארן צום ראנג פון טעטרארכן אין יאר 41 פצ”ר דורך מארקוס אנטאניוס[3][5].
הורדוס' קעניגרייך
אין יאר 40 פצ”ר, זענען די פארטיאנער (ענ') אריין אין די רוימישע פראווינצן אין מזרח, און האבן באוויזן ארויסצוטרייבן די רוימער פון אסאך געביטן[6][7]. אין יהודה, איז די חשמונאישע דינאסטיע צוריקגעשטעלט געווארן אונטער קעניג מתתיהו אנטיגנוס דער צווייטער, אלס א פרא-פארטישער מאנארך. הורדוס דער גרויסער, דער זון פון אנטיפטר און קיפרוס (מעגליך פון נאבאטישן (ענ') אפשטאם), האט באוויזן צו אנטלויפן קיין רוים. נאכן איבערצייגן דעם רוימישן סענאט איבער זיינע ערליכע כוונות לטובת די רוימער, איז ער עווענטועל דערקלערט געווארן אלס קעניג פון די אידן דורך דעם רוימישן סענאט[8].
טראץ זיין דערקלערונג אלס קעניג פון גאנץ יהודה, האט הורדוס עס נישט איינגענומען אינגאנצן ביז יאר 37 פצ”ר[9]. דערנאך האט ער געהערשט איבער'ן העראדיאנער קעניגרייך אלס א וואסאל קעניג פאר 34 יאר, אונטערדריקט די אפאזיציע, און גלייכצייטיג אנגעהויבן ריזיגע בוי פראיעקטן, אריינגערעכנט דעם האפן אין קיסריה, הר הבית, מצדה, די העראדיום, און נאך פעסטונגען[10][11]. הורדוס האט געהערשט איבער ארץ יהודה ביז יאר 4 פצ”ר[10].
די העראדיאנער טעטרארכיע
ביי הורדוס' טויט איז זיין קעניגרייך צעטיילט געווארן צווישן זיינע דריי זין און זיין שוועסטער אלס א טעטרארכיע:[12]
- הורדוס ארקילאוס, זון פון הורדוס און מאלטאקי די שומרונישע, האט באקומען דעם טיטל פון עטנארך (ἐθνάρχης) און געהערשט איבער'ן הויפט טייל פונעם קעניגרייך: יהודה אליין, אדום, און שומרון. ער האט געהערשט פאר צען יאר, ביז יאר 6, ווען ער איז פארטריבן געווארן קיין וויען אין גאליע, וואו ער האט געלעבט פאר די איבעריגע טעג פון זיין לעבן[13].
- פיליפוס (צומאל אומריכטיג גערופן הורדוס פיליפוס דער צווייטער) איז געווען דער זון פון הורדוס און זיין פינפטע ווייב קלעאפאטרא פון ירושלים. ער איז געווארן א טעטרארך אונטער ארקילאוס, מיט יוריסדיקציע איבער'ן צפון-מזרח טייל פון זיין טאטנ'ס קעניגרייך: יטור (עב'), טרכונה (עב'), בשן, גולן, און פאניאס (באניאס). ער האט געהערשט ביז זיין טויט אין יאר 34.
- הורדוס אנטיפס, אן אנדער זון פון הורדוס און מאלטאקי, איז געווארן א טעטרארך אונטער ארקילאוס איבער גליל און עבר הירדן; ער האט דארט געהערשט ביז ער איז פארטריבן געווארן קיין שפאניע דורך קייזער קאליגולא אין יאר 39, לויט יוסף בן מתתיהו[14].
- שלומית, הורדוס' שוועסטער, איז געווארן די טאפארך פון יבנה אונטער ארקילאוס.
לעצטע הערשער
הורדוס אגריפס איז געווען דער אייניקל פון הורדוס. אדאנק זיין פריינדשאפט מיט קאליגולא, האט דער קייזער אים באשטימט אלס הערשער מיטן טיטל קעניג איבער די טעריטאריעס פון פיליפוס אין יאר 37, וועלכע זענען נאך פיליפוס' טויט אין יאר 34 געווארן א טייל פון דער רוימישער פראווינץ סיריע, און אין יאר 40 האט ער באקומען די טעריטאריעס פון הורדוס אנטיפס. אין יאר 41, האט קייסער קלאודיוס (ענ') צוגעגעבן צו זיין טעריטאריע די טיילן פון דער יהודה פראווינץ וואס האבן פריער געהערט צו הורדוס ארקילאוס. אזוי האט אגריפס דער ערשטער פראקטיש צוריקגעברענגט זיין זיידנ'ס קעניגרייך אונטער זיין הערשאפט. אגריפס איז געשטארבן אין יאר 44.
אגריפס' זון הורדוס אגריפס דער צווייטער (ענ') איז באשטימט געווארן אלס טעטרארך פון כאלקיס (ענ'), און שפעטער קעניג פון די טעריטאריעס וואס זענען פריער געהערשט געווארן דורך פיליפוס. ער האט אקטיוו אנטיילגענומען אין אונטערדיקן דעם גרויסן אויפשטאנד פון יהודה אויף דער רוימישער זייט. אגריפס דער צווייטער איז געווען דער לעצטער פון בית הורדוס; מיט זיין טויט אין בערך 92 אדער 100, איז די דינאסטיע אויסגעשטארבן, און דאס קעניגרייך איז אינגאנצן איינגעגלידערט געווארן אין דער רוימישער פראווינץ יהודה.
אויסער דעם, האט הורדוס פון כאלקיס געהערשט אלס קעניג פון כאלקיס, און זיין זון, אריסתובלוס פון כאלקיס (ענ'), איז געווען טעטרארך פון כאלקיס און קעניג פון קליין ארמעניע.
אין חז"ל און די ראשונים
די גמרא אין עבודה זרה[15] זאגט אז "מלכות בית הורדוס" איז געשטאנען 103 ביז'ן חורבן. דאס באציט זיך צו די דינאסטיע פון קעניגן און הערשער פון בית הורדוס וואס האבן רעגירט איבער ארץ יהודה. אין די ראשונים טרעפט מען פארשידענע חשבונות פאר די 103 יאר, מיט קליינע שינויי נוסחאות פון איינס צום אנדערן. באופן כללי איז דער חשבון ווי פאלגנד: הורדוס 37 יאר, ארקילרוס 9 יאר, אנטיפס 11 יאר, אגריפס I 26 יאר, אגריפס II 20 יאר[16]. די ראשונים זאגן אויך אז מונבז המלך אז געווען א זון פון אגריפס, און ער האט געקעניגט אינאיינעם מיט אים ביז'ן חורבן[17].
ליסטע פון הערשער
- אנטיפטר האדומי (פראקוראטאר פון יהודה) 47 – 43 פצ”ר
- הורדוס דער גרויסער
- פצאל (גובערנאטאר פון ירושלים) 47 - 40 פצ”ר
- פרורה (גובערנאטאר פון עבר הירדן) 20 - 5 פצ”ר
- הורדוס ארקילאוס (עטנארך פון יהודה) 4 פצ”ר - 6
- הורדוס אנטיפס (טעטרארך פון גליל) 4 פצ”ר - 39
- פיליפוס דער טעטרארך (טעטרארך פון בשן) 4 פצ”ר - 34
- שלומית (טעטרארך פון יבנה) 4 פצ”ר - 10
- תיגראן דער פינפטער פון ארמעניע (קעניג פון ארמעניע) 6 - 12
- הורדוס אגריפס
- קעניג פון בשן 37 - 41
- קעניג פון גליל 40 - 41
- קעניג פון גאנץ יהודה 41 - 44, פריער יהודה (רוימישע פראווינץ), געגעבן צו אים דורך קלאודיוס, און צוריקגעשטעלט אלס פראווינץ נאך זיין טויט.
- הורדוס פון כאלקיס (קעניג פון כאלקיס) 41 - 48
- הורדוס אגריפס דער צווייטער
- טעטרארך פון כאלקיס 48 - 53
- קעניג פון בשן 53 - 100
- אריסתובלוס פון כאלקיס
- קעניג פון קליין-ארמעניע 55 - 72
- טעטרארך פון כאלקיס 57 - 92
- תיגראן דער זעקסטער פון ארמעניע (קעניג פון ארמעניע) 58 - 61
- גאיוס יוליוס אלכסנדר (קעניג פון קעטיס) 58 - 72
פאמיליע בוים
הורדוס דינאסטיע משפחה בוים | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
ביבליאגראפיע
- Julia Wilker, Für Rom und Jerusalem. Die herodianische Dynastie im 1. Jahrhundert n.Chr. (Berlin, Verlag Antike, 2007) (Studien zur Alten Geschichte, 5).
צו ליינען מער
- Burrell, Barbara, and Ehud Netzer. “Herod the Builder.” Journal of Roman Archaeology 12 (1999): 705–715.
- Kokkinos, Nikos. The Herodian Dynasty: Origins, Role In Society and Eclipse. Sheffield: Sheffield Academic Press, 1998.
- Kropp, Andreas J M. “Kings in Cuirass – Some Overlooked Full-Length Portraits of Herodian and Nabataean Dynasts.” Levant 45, no. 1 (2013): 45–56.
- Richardson, Peter. Herod: King of the Jews and Friend of the Romans. Columbia: University of South Carolina Press, 1996.
- Rocca, Samuel. Herod’s Judaea: a Mediterranean state in the classical world. Tübingen: Mohr Siebeck, 2008.
דרויסנדיגע לינקס
רעפרענצן
- ↑ "Peoples Beyond Palestine". Anxious Bench (in ענגליש). 2015-11-06. Retrieved 2020-09-18.
- ↑ "Kingdoms of the Levant - Edom". www.historyfiles.co.uk. Retrieved 2020-09-18.
- ↑ 3.0 3.1 Jarus, Owen (11 March 2019). "Who Was the Real King Herod?". livescience.com (in ענגליש). Retrieved 2020-09-18.
- ↑ "The Family of Herod the Great - Grace Notes". www2.gracenotes.info. Retrieved 2020-09-18.
- ↑ Flader, Fr John (2020-06-17). "Which Herod was which? Sorting out the five Herods". The Catholic Weekly (in Australian English). Retrieved 2020-09-18.
- ↑ "Why the Magi got a bad press". The Jerusalem Post. 15 December 2015. Retrieved 2020-09-19.
- ↑ "Rome, Iran, and the Specters of Antiquity". Foreign Policy Journal (in American English). 25 January 2020. Retrieved 2020-09-19.
- ↑ Jewish War 1.14.4
- ↑ "Palestinian Authority demolishing Hasmonean dynasty fortress - report". The Jerusalem Post. 13 May 2020. Retrieved 2020-09-18.
- ↑ 10.0 10.1 Ponchner, Debbie. "Archeologists Restore Flooring That Adorned the Second Temple of Jerusalem". Scientific American (in ענגליש). Retrieved 2020-09-21.
- ↑ Leichman, Abigail Klein (2020-06-18). "The 10 most iconic archeological sites in Israel". ISRAEL21c (in American English). Retrieved 2020-09-21.
- ↑ Flader, Fr John (2020-06-17). "Which Herod was which? Sorting out the five Herods". The Catholic Weekly (in Australian English). Retrieved 2020-09-21.
- ↑ "Archelaus". Jewish Encyclopedia.
- ↑ Josephus, Antiquities 18.181.
- ↑ עבודה זרה ט, א.
- ↑ יוסיפון פרק סה, מאירי הקדמה למסכת אבות, יוחסין מאמר ראשון, שערי ציון די לאטיש
- ↑ מאירי וי"א.