רוי:הורדוס פון כאלקיס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

הורדוס בן אַריסטובוּלוס (15 פאַר דער נייער צייטרעכענוג – 48 פון דער נייער צייטרעכענונג) איז געווען אַ מלך פון כאַלקיס, אַ קליינע מלוכה אויפן דרום-מזרח פון יעצטיקן לבנון.

הורדוס בן אריסטובוּלוס איז געבוירן געוואָרן אין יהודה. זיין פאָטער אַריסטובוּלוס איז געווען אַ זון פון דעם מלך הורדוס דעם גרויסן און פון זיין ווייב מרים די חשמונישע. זיין מוטער בערניקי איז געווען די טאָכטער פון הורדוס דעם גרויסנס שוועסטער שלומית און איר מאַן דעם גובערנאַטאָר פון אדום קוסטובר.

אינעם יאָר 7 פאַר דער נייער צייטרעכענונג האָט הודרוס פאַרלאָרן זיין פאָטער אַריסטובוּלוס, וועלכער איז הינגערריכט געוואָרן לויט אַ באַפעל פונעם מלך הורדוס דעם גרויסן. אינעם יאָר 5 פאַר דער נייער צייטרעכענונג איז בריניקי מיט אירע זין אגריפּס און הורדוס אַריבערגעפאָרן קיין רוים. הורדוס איז אויסגעוואַקסן ביים הויף פונעם רוימישן קיסר.

אין 41 האָט דער רוימישער קיסר קלאַודיוּס איבערגעגעבן אונטער דער מאַכט פון הורדוס בן אַריסטובוּלוס די קעניגרייך פון כאַלקיס, וועלכע האָט געהאַט אַ געמישטע (גוייִשע און ייִדישע) באַפעלקערונג. צוזאַמען מיט זיין ברודער אַגריפס דעם ערשטן, וועלכער איז געוואָרן דער מלך פון יהודה, האָט הורדוס בן אַריסטובוּלוס זיך דערשלאָגן פונעם אימפּעראַטאָר קלאַודויוּס אַרויסגעבן אַ געזעץ, וועלכער האָט גאַראַנטירט רעכט און אידן אויסער די גרעניצן פון ארץ-ישראל.

אין 44 איז געשטאָרן דער מלך אַגריפּס דער ערשטער און זיין קעניגרייך איז געוואָרן אַ פּראָווינץ פון דער רוימישער אימפּעריע. דאַן האָט הורדוס בן אַריסטובוּלוס באַקומען די אחריות פאַרן פירן דעם בית-המקדש אין ירושלים און פאַרן באַשטעטיגן כהנים-גדולים.

זיין ערשטע ווייב איז געווען זיין שוועסטערקינד מרים, וועלכע האָט אים געבאָרן אַ זון מיטן נאָמען אַריסטובוּלוס. נאָך איר פטירה האָט ער גענומען פאַר אַ ווייב זיין פּלימעניצע בערניקי, וועלכע האָט געבאָרן צוויי זין – בערניקיוס און הורקנוס.

הורדוס בן אַריסטובולוס איז געשטאָרבן אין 48. די קעניגרייך פון כאַלקיס האָט געירשנט זיין פּלימעניק אַגריפּס דער צווייטער. אין 53 איז אַגריפּס דער צווייטער געוואָרן דער מלך פון יהודה און דער מלך פון כאַלקיס איז געוואָרן דער בכור פון הורדוסן אַריסטובולוס.



דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!