רוי:תחינות

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דאָס וואָרט "תחינה", מערצאָל תחינות, איז דער טייטש, בעטן", און געפינט זיך עטליכע מאָל אין תנ"ך, ווי "כל התפלה וכל תחנה" (מלכים א' ה') און אַנדערע ערטער. עס איז אָנגענומען אָנצורופן מיטן נאָמען "תחינות" די זאַמלונגען פון ספּעציעלע תפילות, געשריבן אין אידיש פאר פרויען באַשטימט פאר פארשידענע געלעגנהייטן, ווי פאַר ליכט בענטשן און אזוי ווייטער.

צווישן די צונויפשטעלער פון די תחינות זענען געווען אויך פרויען. די באַקאַנטסטע פון די תחינות איז די "שם-תחינה"; אויף טייל תחינות איז אָנגעגעבן, אז דער מחבר איז געוען "שרה בת טובים". זע רייזענ'ס ערשטן "לעקסיקאָן", פון יאָר 1914, אין וועלכן עס זענען אויך פאַרצייכנט מחברים און מחברות פון תחינות.

זאמלונגען

די ערשטע תחינות-זאַמלונג אין אידיש-טייטש איז געדרוקט געוואָרן אין באַזל 1609 מיטן נאָמען "תחינות ובקשות". טייל תחינות-זאַמלונגען זענען איבערזעצט געוואָרן אין אַנדערע שפּראַכן, דייטש, ענגליש ("מעדיטעישנס אָוו דהי האַרט", ניו-יאָרק 1900, פון עני לעווי).

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!