רוי:רבי ישראל סאלאנטער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ישראל ליפקין, באקאנט אלס רבי ישראל סאַלאַנטער (ו' חשוון ה'תק"ע, 3טן נאוועמבער 1810, זשאגער, ליטע - כ"ה שבט ה'תרמ"ג, 2טן פעברואר 1883, קעניגסבערג, דייטשלאנד) איז געווען דער גרינדער פון דער מוסר באוועגונג און א באקאנטער ראש ישיבה און תלמיד חכם. מען האט אים גערופן "סאלאנטער" ווייל רוב פון זיין ערציאונג איז געווען אין סאלאנט, ליטע, וואו ער האט געלערנט ביי זיין רבי'ן, רבי יוסף זונדל פון סאלאנט.

ביאגרעפיע

זיין יוגנט

רבי ישראל איז געבוירן ו' חשוון ה'תק"ע, 1810, אינעם שטעטל זשאגער, צפון ליטע, צו לאה און זאב וואלף ליפקין. זיין טאטע איז געווען רב פון דעם שטעטל, אזוי אויך רב אין גאלדינגען און טעלז, און האט פארפאסט דאס ספר "הגהות בן אריה" אויף תלמוד און טור. נאך פון א יונגען עלטער איז ישראל געווארן באקאנט מיט זיין שארף קעפל און שנעלע תפיסה. ווען ער איז געווארן 12 יאר, איז ער געגאנגען לערנען קיין סאלאנט ביי רבי צבי ברוידא. אין יאר 1823, ביי די 14 יאר האט ער חתונה געהאט מיט אסתר פייגא אייזנשטיין (געשטארבען אין אוגוסט 1871 אין ווילנא), די טאכטער פון רבי יעקב הלוי אייזנשטיין פון סאלאנט.

נאך זיין חתונה האט ער ממשיך געווען צו לערנען אין דער ישיבה אין סאלאנט, דארט האט ער זיך אנגעטראפן מיט רבי יוסף זונדל פון סאלאנט, א תלמיד פון ר' רבי חיים וואלאזשינער. ר' יוסף זונדל האטגעלאזט אויף אים א טיפען רושם. ר' יוסף זונדל האט שטארק מדגיש געווען די חשיבות פון לימוד מוסר, און די לערנונג פון ר' יוסף זונדל האט ר' ישראל שפעטער אויסגעארבייט און פאפולעזירט אין א פולן מעטאד און סיסטעם.

ווילנא

אין יאר 1842 איז ר' ישראל אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אין ישיבת תומכי תורה אין ווילנא. א קורצע צייט דערנאך איז געווארן א שטיקל סאמעטוכע ארום זיין התמנות, און ר' ישראל, ווילנדיג אוועקשטיין פון מחלוקת, האט פרייוויליג פארלאזט זיין פאזיציע אלס ראש ישיבה. פון ווילנא איז ר' ישראל אריבער אויף זרחיה, א פארשטאט פון ווילנא, ווי ער האט אויפגעשטעלט אליינס א ישיבה. אין זרחיה האט ר' ישראל געוויילט פאר 3 יאר.

אין יאר 1848 האט די צאריסטישע רעגירונג אויפגעשטעלט א בית המדרש לרבנים אין ווילנא און האט געוואלט אויפנעמען ר' ישראל אלס ראש ישיבה. ר' ישראל האט אבער מורא געהאט אז די ישיבה וועט דינען ארויסצוגעבן "רבנים מטעם" פון דער רעגירונג, האט ער דעריבער אפגעזאגט די פאזיציע. נישט ווילנדיג זיך פארהאנקערן מיט דער רעגירונג האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין קאוונא, ליטע, וואו ער האט אויפגעשטעלט נאך א ישיבה.

קאוונע און במערב אייראפע

אין 1849 איז רבי ישראל אריבער אין קאוונע. אין 1857 איז ער אריבער קיין קעניגסבערג אין פרייסן. פון דארטן האט ער פארשרפרייט א צייטשריפט וועגן יידישן עטיק. אין 1879 האט ער געגרינדעם א כולל אברכים אין קאוונע.

ישיבות וואס האבן א נאמען נאך הרב ישראל סאלאנטער שליסן איין אור ישראל אין פתח תקווה, ישיבת נר ישראל אין באלטימאר און נשמת ישראל אין פאריז.

פאמיליע

ר' ישראל האט געהאט פיר זון און צוויי טעכטער זיין זון, יום טוב ליפמן (1875-1846), האט גענומען אקאדעמישע טרענירונג אין קעניגסבורג און אין בערלין, נאך וואס ער האט פארלאזט זיין טאטעס הויז ביי די 15 יאר.ער האט פארענדיגט זיין דאקטאראט אין די אוניווערסיטעט אין וויען, און איז געווען בארימט מיט זיינע ערפינדונגען אין מעכאניק. ער איז געשטארבן נאך אין לעבן פון זיין פאטער. זיין זון, רבי יצחק ליפקין, האט געדינט אלס רב אין יאנוב, קרוז און פארשניץ און איז אין זיינע לעצטע יארן ארויף אויף ארץ ישראל און זיך באזעצט אין ירושלים. געשטארבן אין תרס"ג. אין דעם קונטרס "חוט המשולש" וואס איז געדרוקט געווארן אין ירושלים אין תרס"ד ווערט געברענגט פון זיינע חידושי תורה, און אזוי אויך פון זיין טאטנס און זיידענס חידושים. אין יאר תשמ"ח (1988) איז גערוקט געווארן א ספר "לוחות אבנים" מיט זיינע דרשות און מאמרים. נאך א זון, רבי אריה לייב ליפקין-הורוויץ (כ"א אדר תרנ"ו, 1896), איז געווען א רב אין אפאר שטעטלעך און שפעטער אין בערזין. פארפאסער פון ספר "חיי אריה".‏ זיין טאכטער, מלכה הינדא, האט חתונה געהאט צו רבי אליהו אליעזר גרודזינסקי, די שווער פון רבי חיים עוזר גרודזינסקי.

תלמידים

רבי ישראל מסלנט העמיד תלמידים רבים, ומתורת המוסר שלו יצאו שיטות מוסר שונות, ובהן שיטות המוסר של התלמוד תורה בקלם, ישיבת נובהרדוק (אשר הדגישה את שפלות האדם) וישיבת סלבודקה (אשר טענה שיש להדגיש את כוחו של רוח האדם, ולרוממה). שלושת תלמידיו העיקריים הם: הרב יצחק בלאזר - רבה של פטרבורג ומחבר הספר "אור ישראל" אודות רבו ושיטתו המוסרית רבי נפתלי אמסטרדם רבי שמחה זיסל זיו, "הסבא מקלם".

זע אויך

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!