רוי:רבי ישראל יוסף הורוויץ
רבי ישראל יוסף הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - י"ז מנחם אב ה'תשכ"ח), ריגליצער רב.
אפשטאם
רבי יוס'עלע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלטער אליעזר הורוויץ, רב אין ריגליץ, א זון פון הרב רבי אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון הרב משה עפשטיין, א זון פון הרב קלונימס קלמן עפשטיין, א זון פון דער גוטער יוד פון ניישטאט.
רבנות
אין יאר ה'תרצ"ב איז רבי יוס'עלע געפארן וואוינען קיין אמעריקא, דארט איז ער געווען רב פון די קהלה בארניוו.
הסתלקות
רבי יוס'עלע איז נפטר געווארן י"ז מנחם אב ה'תשכ"ח.
פאמיליע
רבי יוס'עלע האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, דער סטוטשינער רב. זי איז נפטר געווארן חודש אדר ה'תשל"ח. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי הורוויץ, ריגליצער רב אין בורו פארק.
- מרת אסתר די ווייב פון הרב משה הורוויץ, א זון פון הרב שמואל הורוויץ
- הרב אברהם שמחה הורוויץ
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!