רוי:רבי ישכר בער פון ראדאשיץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ישכר בער באַראָן זצ"ל (ה'תקכ"ה - י"ח סיון ה'תר"ג) איז געווען דער ערשטער ראדאשיצער רבי. באקאנט אלס דער סבא קדישא.

יוגנט

רבי ישכר בער איז געבוירן אין ראדאשיץ, פוילן אין יאר תקכ"ה צו זיין פאטער רבי יצחק, א משמש ביים מעזריטשער מגיד, א זון פון הרב ישכר בער, און צו זיין מוטער מרת מרים א שוועסטער פונעם ראדאשיצער דיין, הר"ר זונדל.

שוין פון די פריע יונגע יארן האט מען דערקענט אויף אים אז ער וואקסט אויס א גרויסער צדיק. זיין התמדה איז געווען א שם דבר, פון די צופרי שעה'ן איז ער געזעסן און געלערנט תורה ברציפות ביז צו די שפעטע נאכט שעה'ן.

נאך זיין חתונה האט רבי ישכר בער געוואוינט אין חמעלניק וואו ער איז געווארן נאנט צו רבי אליעזר ליפא (זון פונעם רבי'ן ר' מיילעך).

רביס

רבי ישכר בער איז געווען א תלמיד פון דעם חוזה פון לובלין, דער איד הקדוש פון פרשיסחא, דער קאזשניצער מגיד און דער אפטער רב.

רביסטעווע

ווען זיין רבי דער אפטער רב איז נסתלק געווארן אין יאר תקפ"ה האט ער אנגעהויבן פירן די עדה הקדושה אין ראדושיץ. ער איז געווען באקאנט אלץ א בעל מופת, מען פלעגט אים רופן דער 'סבא קדישא פון ראדושיץ.

הסתלקות

רבי ישכר בער איז נפטר געווארן ערב שבת קודש פרשת בהעלותך י"ח סיון ה'תר"ג. ער ליגט אין די שטאט ראדושיץ. נאך זיין פטירה פלעגן אסאך אידן קומען צופארן צו זיין הייליגער ציון הק' אגאנץ יאר און אויך ביים יארצייט.

פאמיליע

רבי ישכר בער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב מרדכי פון חענטשין. זייערע קינדער:

  • הרב ישראל יצחק באראן
  • הרב מאיר באראן
  • מרת רבקה פערל די ווייב פון הרב יצחק פינקלער
  • מרת מרים
  • די ווייב פון חיים יוסף

תלמידים

חסידות

ער האט פארשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פונעם אפטער רב אין דעם ספר "תורת אמת". צווישן זיינע חסידים איז געווען הר"ר חיים דוד בערנהארד, דער "רבי דאקטאר".

ביבליאגראפיע

Shtreimel2017.jpg דער ארטיקל בנוגע חסידות איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!