רוי:רבי יהודה החסיד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' יהודה החסיד, ב"ר שמואל, ב"ר קלונימוס, ב"ר יצחק, ב"ר אליעזר הגדול האט געלעבט אין דעם צוועלפטן יאר הונדערט. ער איז נפטר געווארן אין חודש אדר תתקע"ז, 1217. זיינע עלטערן האבן אימיגרירט קיין דייטשלאנד, זיך באזעצט אין דער שטאָט ספּיראָ, און ר' יהודה און זיין ברודער אברהם זענען געבוירן געווארן דארט.

ר' יהודה האט זיך געלאזט קיין ארץ ישראל, ווייל ער האט געוואלט זען דעם "בית יוסף" אין צפת. אבער דורך דער מגפה וועלכע האט דענצמאל געבושעוועט אין צפת, איז ער געבליבן אין רעגענסבורג. ער האָט געגרינדעט דארט א שול און א ישיבה און פארשפּרייט תורה. צווישן זיינע תלמידים זענען געווען: ר' אליעזר פון גערמיזא "דער רוקח"; ר' יצחק ב"ר משה פון וויען, "דער אור זרוע" ר' ברוך פון מגנצא, מחבר פון "ספר החכמה".

ער ווערט דערמאנט אין תוספות: אין כתובות יח, ב אונטערן ווארט ובכולו, אין בבא מציעא ה, ב אונטערן ווארט דחשיד, און נאך. ר' יהודה האט אויסגעלעבט זיינע יארן אין רעגענסבורג וואו ער איז נפטר געווארן. ער האט איבערגעלאזט א בן יחיד ר' משה זאלטמאן, וועלכער האט פארפאסט עטליכע ספרים אויף תנ"ך.

ר' יהודה החסיד איז דער מחבר פון "ספר חסידים" וועלכער איז אַן אוניקום, דער איינציגער פון דעם מין, אין דער רבנ'ישער ליטעראטור, סיי אין אינהאלט, סיי אין סטיל. דער ספר באהאנדלט מוסר, גוטע מידות, מנהגים, באציאונג צווישן מענטש און מענטש, צווישן מענטש און זיין באשאפער. דער ספר איז איבערגעדרוקט געווארן מערערע מאל.

ער האט פארפאסט נאך ספרים, פּירושים, און פּיוטים. עס איז פארהאן א סברה אז ער האט געמאכט א פּירוש אויפן "ספר יצירה", און אז ער איז דער מחבר פון "אנעים זמירות".

מען זאגט אז ביז אכצן יאר האט ער נישט געקענט אפילו דאוונען.

דער מהרש"ל, מורינו הרב שלמה לוריא באצייכנט אים אלס "חסיד, קדוש ונורא".