רוי:רבי חיים יוסף גאטליב

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שער־בלאַט פון דעם ספר "טיב גיטין וקידושין"

הרב חיים יוסף גאָטליב (ה'תקנ"ד - ד' אדר ב' ה'תרכ"ז) באַקאַנט ווי דער סטראָפּקאָווער רב איז געווען אב"ד סטראָפּקאָוו (היינט אין סלאוואקיי) און מחבר ספר 'טיב גיטין וקידושין'. ער איז געווען פון די גרעסטע תּלמידים פון דעם חתם־סופר.[1]


ר' חיים יוסף איז געבוירן געוואָרן אין טערצאַל, אונגאַרן, צו זיין פאטער רבי יהודה אריה לייב (א משפחה פון רבי יואל גאטליב אב"ד גאלאנטא) און זיין מוטער, אן אייניקל פונעם הייליגן של"ה. ווען ער איז נאך געווען א אינגל האבן זיינע עלטערן געצויגן זיך קיין קראלי, ווען זיין פאטער האט ארענדירט א גרויסן מאיאנטעק פונעם גראף קאראלי.[1]

ער איז געווען דער דיין פון טערצאַל אין משך פון 25 יאָר. אינעם יאָר ה'תר"א איז ער געוואָרן דער סטראָפּקאָווער רב מיט דער סמיכה פון רבי חיים האלבערשטאם, נאָך וואָס דער פריערדיגער רב פון סטראָפּקאָוו ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים איז אויפגענומען געוואָרן אַלס רב אין איהעל אינעם יאָר ה'תר"א.

רבי חיים יוסף האט געהייראט בריינדל, די טאכטער פון רבי מאיר ליכטשטיין פון טערצאל. זי איז נפטר געווארן י"ד שבט תר"ח.


ער האָט געהאַט פינף זין מיט איין טאָכטער.

ר' חיים יוסף איז געשטאָרבן ד' אדר ב' ה'תרכ"ז און איז באַגראָבן געוואָרן אין דעם בית־עולם פון טיסינעץ וועלכע ליגט היינט אין סלאָוואַקיע.

נאָך זיין פּטירה האָבן זיינע זין, מנשה און אפרים גאָטליב, צוויי צווילינג־ברידער, פּובליקירט זייער טאַטנס ספר "טיב גיטין וקידושין", אינעם יאָר ה'תרכ"ח אין אונגוואר.

אין ירושלים אין שכונת בית ישראל איז דאָ אַ שול וואָס הייסט נאָך אים: "ישיבת רבינו חיים יוסף".

ר' נפתלי גאָטליב (פון זקני חסידי חב"ד, בעל מחבר "תולדות לוי יצחק"), אַן אייניקל פון ר' חיים יוסף, האָט געדרוקט אַ ספר מיטן נאָמען "ספר היחוס" וועלכע באַשרייבט דעם גאַנצן שטאַם־בוים פון ר' חיים יוספס אייניקלעך.

זיין השפעה

עס ווערט פארציילט אין ספר אל העדרים פון דעם גאון ר' עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל אז ווען מען האט געמאכט די טיילונג אין אונגארן איז רבי חיים יוסף געזעצן אויבן אן, ער איז דאן געווען דער ראש החבורה וואס האט מסכים געווען אז די פרומע אידן זאלן זיך טיילן זייער קהילה פון די נישט פרומע, אזוי איז געווארן די נעאלאגען, שטאטוס קווא, און די ארטאדאקסיע אין אונגערין.

ליינט מער

  • "תולדות איש חי", ברוקלין, תשכ"ב.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 עלים לתרופה, גליון תשנג (פרשת פקודי תשע"א), יומא דנשמתא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!