רוי:רבי חיים מאיר וואזנער

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רבי חיים וואזנער)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים מאיר וואזנער
געבורט תרצ"ט
טויט 7 פעברואר 2021 (אלט: 82 בערך)
כ"ה שבט תשפ"א

הרב חיים מאיר הלוי וואזנער (א' סיון תרח"צ–כ"ה שבט תשפ"א) האט געדינט אלס רב פון דער סאטמארער קהילה אין לאנדאן במשך אכצן יאר. היינט איז ער דער רב פון זכרון מאיר אין בני ברק און ראש ישיבה פון "ישיבת חכמי לובלין".

ביאגראפיע

ר' חיים איז געבוירן געווארן אין ווין, אין תרצ"ט, דער עלצטער זון פון הרב רבי שמואל וואזנער אין בני ברק, מחבר פון "שבט הלוי". ער איז געבליבן אין אייראפע ווען זיינע עלטערן זענען געקומען קיין ארץ ישראל. ערשט נאך דער מלחמה איז ער געווארן פאראייניגט מיט זיינע עלטערן.

נאך זיין חתונה איז ער געווארן א מגיד שיעור אין "ישיבת חכמי לובלין" אין בני ברק.

אין חודש שבט תשפ"א איז ער געווארן קראנק מיט קאוויד־19 און כ"ה שבט איז ער נפטר געווארן אין מעיני הישועה מעדיצינישער צענטער, בני ברק.

רבנות

אין תשנ"ב איז ער געקומען קיין לאנדאן צו ווערן רב פון די סאטמארער חסידים אין לאנדאן, ער האט איבערגענומען דאס רבנות פון הר"ר נתן יוסף מייזעלס ,וואס האט דעמאלטס פארלאזט לאנדאן און געפארן וואוינען אין מאנסי. אויך האט ער געפירט א בית דין פאר דיני תורות אונטער דער לאנדאנער חרדישער קהילה.

ער האט געדינט אין לאנדאן ביז תמוז תשס"ט, ווען ער איז געפארן ארויסהעלפן זיין טאטן דעם שבט הלוי אין בני ברק, צוליב זיין הויכן עלטער. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תשע"ה האט מען אים באשטימט ממלא מקום.

פאמיליע

זיינע קינדער זענען:

  • רבי יוסף בנימין וואזנער (עלצטער זון, געבוירן כ"ז אייר ה'תשי"ח), געשטעלט געווארן תמוז תש"ע אלס רב פונעם סאטמארער שטיבל "ייטב לב" אין קלאפטאן קאמאן, לאנדאן[1], דינט היינט אלס רב פון שבט הלוי, בני ברק[2]
  • די ווייב פון רבי שרגא פייוויש האגער, קאסובער רבי אין בארא פארק, ניו יארק. און ער דינט אויך אלס דיין אין וויזשניץ-מאנסי אין בארא פארק
  • די ווייב פון הרב מרדכי געלבער, מו"צ אין דער מונקאטשער קהילה פון בני ברק
  • הרב מרדכי זאב וואזנער, רב פון קהל מחזה אברהם אין ניו יארק
  • רבי עקיבא וואזנר, מו"ץ ביי דער עדה חרדית אין ירושלים
  • רבי אהרן וואזנער, מו"ץ אין דעם בית דין "נתיבות חיים"
  • הרב משה שמעון וואזנער, רב אין שאטוי פארק, לעיקוואד
  • רבי ישראל, מינצקער רבי אין ניו יארק

רעפערענצן

  1. אידישע טריבונע (לאנדאן), כ"ו תמוז תש"ע
  2. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 69

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!