רוי:קופאל
א קופאל (פון לאטיין cupula קופולאַ, קליינע פאַס) איז אן עלעמענט אין ארכיטעקטור וואס זעט אויס ווי די אויבערשטע העלפט פון א הוילן קיילעך. מען ניצט קופאלן שוין זייט טויזנטער יאר צוריק.
אינעם מיטל מזרח האט מען געבויט געביידעס מיט קלענערע קופאלן. ביי דער רוימישער אימפעריע האט מען געבויט טעמפלען און אנדערע פובליקע געביידעס מיט גרויסע קופאלן. אינעם 6טן יארהונדערט האט מען געבויט די האגיא סאפיא קלויסטער מיט גאר א גרויסן קופאל.
אין רוסלאנד האט מען איבערגענומען דעם ארכיטעקטור פון דער ביזאנטישער אימפעריע, און מען האט געבויט קאטעדראלן מיט עטליכע קופאלן.
אין מערב אייראפע זענען קופאלן געווארן פאפולער אין דער רענעסאנס תקופה, ביז א שפיץ אין דער באראק תקופה אינעם 18טן יארהונדערט. אינעם 19טן יארהונדערט פלעג מען בויען ראטהייזער מיט קופאלן.
אין ירושלים טרעפט מען ביז צום היינטיקן טאג וואוינהייזער, קליינע געביידעס, וואס זענען באדעקט מיט א קופאל.
מען בויט א קופאל מיט רינגען, יעדער איינער קלענער ווי דער רינג אונטער אים, און דאס שאפט א סטרוקטור וואס איז זייער סטאביל.
אזוי ווי א בויגן (ארכיטעקטור), איז א קופאל שטארק כדי מען קען אויף אים ארויפלייגן א גרויסע געוויכט.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: קופאל |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!