רוי:בויגן (ארכיטעקטור)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א בויגן איז א וועג פון איבערבריקן אדער איבערדעקן צווישן צוויי אנשפארן אין א פארעם פון א האלבקרייז אדער אין אן ענליכער פארעם, וואס איז פעאיק צו טראגן א גרויסע געוויכט.

איידער מ'האט דערפינדן דעם בויגן האט מען באדעקט מיט קראקוועס פון האלץ אדער שטיין. אזוי קען מען ארויפלייגן נאר א באגרעניצטע געוויכט. די דערפינדונג פונעם בויגן האט אויפגעעפנט א וועג אין קאנסטרוקציע און האט געווירקט שטארק אויף ארכיטעקטור.

דער פונדאמעטאלער בויגן וועט צוזאמענגעשטעלט פון א נומיקער צאל פון ציגלען אין דער פארעם פון א טראפעז, וואס ליגן איינס אויף אנאנד. דער אויבערשטער ציגל ווערט גערופן דער "שליסלשטיין", וואס פארמאכט דעם בויגן און האלט אים פעסט. ווען אלע ציגל זענען אויף זייער ארט איז די גאנצע סטרוקטור פעסט און קיין איין ציגל וועט נישט ארויספאלן. דער חיסרון פון א בויגן איז אז ער שאפט קראפטן וואס ווילן צעשפרייזן די יסודות צו די זייטן. כדי איבערהערשן די קראפטן אדער דורך בויען עטליכע בויגן לעבן אנאנד, כדי די קראפטן זאלן זיך אנולירן, אדער לייגט מען א שווערע געוויכט אויף די צוויי זייט אנשפארן אין דער הייך.

די טעכנאלאגיע פון קאנסטרואירן א בויגן האט אנגעהויבן אינעם אינדוס טאל שוין אינעם דריטן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג. זי איז פארבעסערט געווארן און אנטוויקלט דורך די רוימער.

סארטן בויגן

טיין בריק אין ניוקאסטל, ענגלאנד: א ביישפיל פון א פאראבעל־בויגן געניצט אין בריקן.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!