רוי:ל"ו צדיקים
ל"ו צדיקים זענען 36 צדיקים, געווענליך באהאלטענע, וועלכע געפינען זיך אין יעדן דור לויט דער טראדיציע.
אין דער אידישער פאלקס-לעגענדע ווערט דערציילט, אז אין יעדן דור זענען פארהאן 36 (ל"ו) צדיקים, וואס אויף זיי שטייט די וועלט; די דאזיגע צדיקים זענען "נסתרים"; אויסערליך מאכן זיי נישט קיין איינדרוק פון צדיקים, מערסטנס זענען דאס פשוט'ע בעלי מלאכות, א שוסטער, א שניידער, א דארפס-איד; און ווען דורך א צופאל ווערן זיי אנטדעקט, פארשווינדן זיי.
די לעגענדע שטיצט זיך אויף דער גמרא[1]: "לא פחות עלמא מתלתין ושיתא צדיקי" (די וועלט האט נישט ווייניגער פון 36 צדיקים); אויך אין תיקוני זוהר[2] איז פארהאן וועגן ל"ו צדיקים אין חוץ לארץ און ל"ו צדיקים אין ארץ-ישראל.
אין די חסיד'ישע ספרים ווערט דערציילט אז דעם מעזריטשער מגיד'ס תלמיד, רבי לייב שרה'ס, פלעגט ארומפארן זאמלען געלט פאר די ל"ו צדיקים. וועגן איינעם וואס איז באהאלטענערהייט א צדיק, זאגט מען, אז ער איז א "למד-וואווניק".
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!