רוי:פיארעלא לא גווארדיא

פיאָרעלאָ הענרי לאַ גוואַרדיאַ (Fiorello Henry La Guardia) (געבוירן 1882 – געשטאָרבן 1947) איז געווען אַן אַמעריקאַנער פּאָליטיקער וועלכער האָט געדינט ווי דער מעיאָר פון ניו יאָרק סיטי פאַר דריי טערמינען, פון 1934 ביז 1945. לאַ גוואַרדיאַ האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ שטאַרקער קעגנער פון נאַציזם און אַן אָרנטליכער אַדוואָקאַט פאַר אידישע רעכטן. ער איז געווען באַקאַנט פאַר זיין לינגוויסטישער פעאיגקייט, רעדנדיג יעדנספאַל זעקס שפּראַכן, אַריינגערעכנט ענגליש, איטאַליעניש, דייטש, אונגעריש, קראָאַטיש, און אידיש.

פערזענליכע לעבן און אידישקייט

לאַ גוואַרדיאַ איז געבוירן געוואָרן אין 1882 אין גרינוויטש ווילידזש, ניו יאָרק. זיין פאָטער, אַקיל לואידזשי קאַרלאָ לאַ גוואַרדיאַ, איז געווען אַ קאַטוילישער איטאַליענער, און זיין מוטער, אירענע לוצאַטאָ קאָען, איז געווען אַ אידענע פון טריעסטע, אויפגעצויגן אין א שומתו"מ אידישן הויז. די מוטער האָט אנגעצייכנט "איזראעליט" (Israelite) ווי איר רעליגיע אויף די חתונה פּאַפּירן. לאַ גוואַרדיאַ האט געהייסן פיאָרעלאָ (Fiorello, "קליינע בלום") נאָך זיין אידישער באבע, פיאָרינאַ. הגם ער איז דערצויגן געוואָרן ווי אַ פּראָטעסטאַנט (עפּיסקאָפּאַליאַנער), האָט זיין טאַטע אים און זיין שוועסטער געמאַ (Gemma) אלס קינדער איינגעפלאַנצט שטאָלץ אין זייער אידישער ירושה און זיי געלערנט צו זאָגן שמע ישׂראל, יעדן אָוונט פאַרן שלאָפן[1]. זיין מאַמעס זיידע, שמואל דוד לוצאַטאָ, איז געווען אַ פירנדער רב און אינטעלעקטועל פון 19טן יאָרהונדערט אייראָפּע.

לאַ גוואַרדיאַ האָט זיך געהאַלטן אין אַן עפּיסקאָפּאַליאַנער קירך, אָבער האָט געזאָגט אַז ער האָט נישט געהאַט גענוג אידיש בלוט צו "באַרימען זיך" דערמיט.

צוליב זיין שפּראַך-באַגאַבונג (linguistic talents), האָט לאַ גואַרדיאַ געאַרבעט פון 1907 ביז 1910 ווי אַ מתורגמן ביים אַמעריקאַנער אימיגראַציע דינסט אויף עליס איילענד. דאָרטן איז ער צערטיפיצירט געוואָרן פאַר איטאַליעניש, דייטש, קראָאַטיש און אידיש[2].

פּאָליטישע קאַריערע און קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם

אידיש אין עלעקשאַן קאַמפּיינס לאַ גואַרדיאַ האָט אַנטוויקלט אַ גוטן רעפּוטאַציע צווישן די יידישע אימיגראַנטן, ספּעציעל די גאַרמענט אַרבעטער פונעם לאָוער איסט סייד, וועמען ער האָט אָפט רעפּרעזענטירט אין געריכט אָן אָפּצאָל. ווען ער איז געלאפן פאַר קאָנגרעס אין 1922, האָט זיין קעגנער, הענרי פראַנק, אַ איד, אים באַשולדיגט אין זיין אַן אַנטיסעמיט. לאַ גוואַרדיאַ האָט דעריבער אַרויסגעפאָדערט פראַנקן צו אַן עפענטלעכער דעבאַטע, אונטער דעם תּנאַי אַז די גאַנצע דעבאַטע זאָל פאָרקומען אויסשליסליך אין אידיש. פראַנק האָט אָפּגעזאָגט דעם פאָרשלאג, ווייל ער האָט נישט געקענט רעדן אידיש, און לאַ גוואַרדיאַ האָט געוואונען די וואַלן[3].

קעגנערשאַפט צו נאַצי דייטשלאַנד לאַ גוואַרדיאַ איז געווען אַ פריערדיקער וואָרנער פאַר אַמעריקאַנער וועגן היטלערן. זיין מעיאָרשאַפט אין ניו יאָרק (1934–1945) האָט זיך צונויפגעפאַלן מיט דעם אויפקום פון נאַציזם, און לאַ גוואַרדיאַ האָט גענוצט זיין שטעלע צו מאַכן גלאָבאַלע כותרות.

אין יולי 1935, האָט לאַ גוואַרדיאַ אָפּגעזאָגט אַ לייצענס צו אַ דייטשן אימיגראַנטן מאַסאַזשיסט, טענהנדיג אַז דייטשלאַנד האָט פאַרלעצט אַן אָפּמאַך וועגן גלייכער באַהאַנדלונג פון אַמעריקאַנער פאַכמאַן, דורך דיסקרימינירן קעגן אַמעריקאַנער אידן[4].

אין 1937, ביי אַ רעדע פאַר דער פרויען־אָפּטיילונג פון אַמעריקאַן דזשואיש קאָנגרעס (AJC), האָט לאַ גוואַרדיאַ געזאָגט אַז די קומענדיגע ניו יאָרק וועלט־אויסשטעלונג זאָל אַרייננעמען אַ "קאַמער פון שרעקן" מיט אַ פיגור פון היטלער—דעם "ברוינעם-העמדלדיגער פאַנאַטיקער וואָס סטראַשעט דעם שלום פון דער וועלט"[5]. דייטשישע אַמטסלייט האָבן פּראָטעסטירט קעגן דער באַמערקונג. דייטשישע פּרעסע האָבן אים דעמאָלט גערופן אַ "שמוציגער תּלמוד איד" און אַ "שאַנדלאָזער איד לויט"[6].

נאָך די קריסטאַלנאַכט פּאָגראָמען אין נאָוועמבער 1938, נאָכדעם ווי מ'האָט אָנגערופן אַ באָמבע סטראַשע קעגן דעם דייטשן קאָנסולאַט אין ניו יאָרק, האָט לאַ גוואַרדיאַ געשיקט אַ גרופּע אידישע פּאָליציי אָפיצירן צו האַלטן וואַך, אַן ענין וואָס איז ברייט באַריכטעט געוואָרן וועלטליך. אַ נאַצישע צייטונג האָט דאָס פאַרדאַמט[7].

משפּחה קרבנות זיין שוועסטער, געמאַ לאַ גוואַרדיאַ גלוק, האָט געהייראַט אַן אונגערישן איד, הערמאַן גלוק, און געוואוינט אין בודאַפּעשט. אין 1944, זענען געמאַ און הערמאַן אַרעסטירט געוואָרן דורך די נאַציס און געשיקט געוואָרן צו קאָנצענטראַציע לאַגערן (זי צו ראַווענסבריק און ער צו מאַוטהאוזען, וואו ער איז געשטאָרבן). מ'האָט געמאַ געהאַלטן אַלס אַ פּאָליטישע ערב צוליב די אַנטי-נאַצי אַקטיוויטעטן פון איר ברודער, מעיאָר לאַ גוואַרדיאַ.

שפּעטערדיגע אַרבעט נאָך זיין אַפּטרעט פון בירגערמייסטערשאַפט אין 1945, איז לאַ גואַרדיאַ באַשטימט געוואָרן אַלס דירעקטאָר גענעראַל פון דער יו־ען הילף און רעהאַביליטאַציע אַדמיניסטראַציע (UNRRA) אין 1946. אין דער דאָזיגער ראָלע האָט ער איבערגעזען די הילף פאַר מיליאָנען פאַרשויבענע פּערזאָנען אין אייראָפּע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַריינגערעכנט די הילף פאַר זיין שוועסטער, געמאַ.

אידישע אַקטיוויזם אין ניו יאָרק

אידישע אָרגאַניזאַציעס ווי דער נאַציאָנאַלער אַסאָסיאַציע פאַר די אַנטוויקלונג פון קאָלירטע מענטשן (NAACP) און פירנדע אידישע גרופּעס האָבן געהאַט זייערע הויפּטקוואַרטירן אין ניו יאָרק סיטי. לאַ גוואַרדיאַ האָט געדינט ווי מעיאָר בשעת אַ צייט ווען די שילדערונג פון אַמעריקע איז געווען ווי אַ טרי־גלויביגע (פּראָטעסטאַנטיזם, קאַטויליזם און אידישקייט) געזעלשאַפט, באַקאַנט ווי "טרי־פאַיטה אַמעריקע". פיאָרעללאָ לאַ גוואַרדיאַ, איז אויך געווען אַ קאָפאַונדער פון דער NAACP[8].

רעפערענצן

  1. GEMMA LA GUARDIA GLUCK, FIORELLO’S SISTER: GEMMA LA GUARDIA GLUCK’S STORY 20 n.1 (Rochelle G. Saidel ed., 2007 expanded ed.)
  2. https://www.nps.gov/elis/learn/historyculture/people_interpreter.htm.
  3. Roberts, Sam (July 20, 2009). "Yiddish Resurfaces as City's 2nd Political Language". The New York Times.
  4. LaGuardia Bars German from Trade Here Because Nazis Restrict U.S. Jews, N.Y. HERALD TRIB., July 24, 1935, at 1.
  5. David M. Esposito & Jackie R. Esposito, LaGuardia and the Nazis, 1933-1938, 78 AM.JEWISH HIST. 45-46 (1988)
  6. German press attacks mayor. (1937, March 5). New York Times, p. 9.
  7. Nazis Deride La Guardia for Jewish Police Guard, N.Y.TIMES, Nov. 18, 1938, at 1.
  8. https://review.law.stanford.edu/wp-content/uploads/sites/3/2020/06/Katz-72-Stan.-L.-Rev.-1467.pdf.