רוי:עליס איילענד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

עליס איילענד (ענגליש: Ellis Island) איז אן אינזל אין די ניו יארקער וואסערן, ממש נעבן די פרייהייט סטאטוע. די אינזל האט געדינט אלס די גרעסטע אימיגראציע סטאנציע אין די פאראייניגטע שטאטן פון 1892 ביז 1924. איבער צוועלף מיליאן אימיגראנטן, אריינגערעכנט הונדערטער צי טויזנטער אידן, זענען דארטן אויפגענומען און פראצעסירט געווארן איידערן אריינגעלאזט ווערן צו די פאראייניגטע שטאטן. היינט צוטאגס איז עס א מוזעאום.


די אינזל

די אינזל איז באקאנט געווארן ביי די אימיגראנטן אלס די 'אינזל פון האפענונג', דינענדיג אלס זייער טיר צו די גאלדענע אמעריקע, אנטלויפנדיג פון אייראפע און אנדערע ערטער, פאר א בעסערע און גליקליכערע לעבן.

אין לויף פון די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמות האט די אמעריקאנער מיליטער דארטן געהאלטן ארעסטאנטן.

די אינזל איז געווארן א טייל פון די סטאטוע פון ליבערטי נאציאנאלער מאנומענט אין 965'. אין 984' האט מען אנגעהויבן בויען א אימיגראנטן מוזעאום אין די הויפט געביידע וועלכע איז פארטיג געווארן אין 990' און איז געעפענט געווארן פאר די פובליק אלס א טייל פון די באזוך אויפ'ן ליבערטי אינזל. די מוזעאם באשטייט פון דריי שטאקן און אנטהאלט א שטודיע ביבליאטעק, און הונדערטער בילדער און ווידעאס פון איר היסטאריע.

די טוריסטן פראמען טראגן די טוריסטן צו ביידע אינזלען און די טוריסטן קענען דארט בלייבן ווילאנג זיי ווילן, ווען יעדע 20 מינוט קומט אן א נייער פראם.

דרויסנדיגע לינקס

https://www.nps.gov/elis/index.htm

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!