רוי:סעגעד
|
סעגעד (אונגאַריש: Szeged; דייטש: Szegedin; רומעניש: Seghedin; קראאטיש: Segedin; סערביש: Segedin, Сегедин) איז די דריטע גרעסטע שטאט אין אונגארן (נאך בודאפעשט און דעברעצין), די גרעסטע שטאט און דער געביט־צענטער פונעם דרום גרויסן פלוין און די קאנטשטאט פון טשאנגראד. דער אוניווערסיטעט פון סעגעד איז איינער פון די חשובסטע אוניווערזיטעטן אין אונגארן. סעגעד באדעקט א שטח פון 280.84 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 170,052 מענטשן (2012).
געאגראפיע
סעגעד ליגט נישט ווייט פונעם דרום גרעניץ פון אונגארן, אויף ביידע ברעגן פונעם טייס ביים מויל פונעם מאראש טייך.
דער קלימאט איז קאלט אין ווינטער, ווארעם אין זומער, מיט ווייניג רעגן. די זון שיינט א סך שעה'ן אין יאר, דעריבער רויפט מען סעגעד "די שטאט פון זון".
אידן און אידישקייט
כמעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון סעגעד איז אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע.
בארימטע מענטשן פון סעגעד
- רביצין אסתר יונגרייז
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!