רוי:סעאל
|
סעאָל איז די הויפטשטאט פון דרום קארעא, און איז די פינפטע גרעסטע שטאט איבער דער וועלט. סעאל האט אויך די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג אין זיין מעטראפאליטען שטח, נאך טאקיא. ביז 1945, איז סעאל געווען הויפטשטאט פארן גאנצן קארעאר האלבאינזל, דערנאך ווען קארעא איז צעטיילט געווארן, איז סעאל אריבער צום דרום. עס געפינט זיך גאר נאנט צו דער דעמיליטאריזירטער זאנע, צווישן די צוויי צעטיילטע לענדער. די שטאט געפונט זיך אויף די ברעגעס פון האַן טייך, און איז די פאליטישע, פינאנציעלע, און קולטורעלע הויפטשטאט פון לאנד.
די שטאט איז גרויס 605 קוואדראט קילאמעטער, און ריכטיק פאר 2009, א באפעלקערונג פון 9,660,532 איינוואוינער אין די שטאט, אין דער מערטראפאליע וואוינען 22,456,200 איינוואוינער, ריכטיק פאר 2009.
טראנספארטאציע איז ווי פאלגנד, ניין אונטערגרונט באן ליניעס, וואס דעקן איבער 100 קילאמעטער. 200 אויטאבוס רוטעס אין שטאט. אין דרום קארעא איז פארהאן די שנעלסטע באן אין דער וועלט נאך יאפאן, וואס פארבינדעט סעאל מיט די אנדערע שטעט.
די שטאט האט צוויי פליפעלדער, איינס די אלטע גימפא פליפעלד, וואס באדינט מערסטנס אינלאנדישע לופט פארקער. די צווייטע "אינטשאון אינטערנאציאנאלע לופטפעלד", איז געבויט געווארן אין יאר 2001.
גרעסטע שטעט אין דער וועלט: גרויסשטעט מיט מינדערסטן פינף מיליאן איינוואוינער | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!