רוי:נאציאנאליזם

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:נאציאנאל)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נאציאנאליזם מיינט א גרופע מענטשן וואס האבן צווישן זיך אן אייגענעם שניט ווילנדיגערהייט אידיאלאגיש אדער פאליטיש און זייער ציל איז צו האבן א אויבערשאפטע מדינה.

אנדערש איז א פאלק (אדער עדה) וואס האבן אויך ענליכע כאראקטעריסטיקייטן אבער זייער ענליכקייט אין נישט ווילנדיק נאר מען ווערט מיט זיי געבוירן (צ.ב.ש זיי האבן אן אייגענעם שפראך, קולטור, שטאם, רעליגיע, היסטאריע אדג"ל) אבער זיי שטרעבן נישט צו האבן אן אייגענע מדינה. (ווי צ.ב.ש. די דרוזן זענען א קראנגעגאציע אבער נישט קיין נאציע).

עס זענען דא מדינות וואס זענען געשטעלט מער קאנגרעגאציש (צ.ב.ש. מדינת ישראל וואס זייער אידיאלאגיע שטאמט פון קאנגרעגאצישע סיבות און דערפאר פירט זי זיך אפטמאל לויט די קאנגרעגאציע (זעט מער אין "יידישע מדינה") און עס זענען דא מדינות וואס זענען געשטעלט מער פאליטיש (צ.ב.ש. אמעריקע וואס איז געגרינדעט געוורן בלויז פון א פאליטישע אידיאלאגיע. און דערפאר פירט זי זיך גלייכרעכטיק מיט אלע בירגער און פארמאגט נישט קאנגרעגאצישע געזעצן).

סארטן מדינות

1. א מדינה מיט נאר איין פאלק. (צ.ב.ש. יאפאן, פאָרטוגאַל)

2. א מדינה מיט איין גרויסע פאלק און מיט איינע אדער עטליכע קליינע פעלקער. (צ.ב.ש. מדינת ישראל וואס דער עיקר זענען די אידן אבער ס'איז דא דארט אויך אנדערע פעלקער אראבער, און דרוזן.)

3. א מדינה מיט צוויי פעלקער. (צ.ב.ש. בעלגיען.)

4. א מדינה וואס געהערט צו אפּאָר פעלקער (צ.ב.ש. שווייץ.)

דער אונטערשייד צווישן א קאנגרעגאצישע מדינה צו א פאליטישע מדינה איז, אין א קאנגרעגאצישע מדינה געהערט נישט יעדער בירגער צום נאציאנאל (צ.ב.ש. אן אראבער אין מדינת ישראל ווערט נישט אויטאמאטיש א ייד) אבער אין א פאליטישע מדינה, געהערט יעדער בירגער אויך צום נאציאנאל פון די מדינה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!