רוי:רבי יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:מעכיל לעבאוויטש)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ניקאלשבורגער רבי
טעקע:Pasach5763.JPG
ברכת אילנות חוהמפ"ס תשס"ג

רבי יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש (געבוירן כ"ה טבת ה'תש"ז) איז דער ניקאלשבורגער רבי פון מאנסי, באקאנט מיט זיינע פייערדיגע שלוש סעודות תורות.

ביאגראפיע

הרב יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש איז געבוירן אין גינזבורג, דייטשלאנד,[1] צו רבי ברוך יהודה לעבאוויטש (תרס"ח - תשי"א), אן איידעם פון רבי שרגא שמואל שניצלער (תרמ"ט - כ"ז תשרי תש"מ), טשאבער רב אין ירושלים,[2] און צו זיין מוטער יענטל. ער איז געווען א תלמיד אין דער סאטמארער ישיבה. ער האט אנגעהויבן פירן א חבורה פון ערליכע בחורים ווי מען איז זיך צוזאמען געקומען יעדע שטיק צייט זיך מחזק צו זיין אין עבודת השם.[3]

במשך א צייט בעיקר נאכן רביה"ק מסאטמאר זי"ע הסתלקות האט מען אים אויפגענומען אלס רבי, און אזוי ווי ער איז אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' שמעלקא פון ניקאלשבורג האט דאס חסידות באקומען דעם נאמען ניקאלשבורג.

ניקאלשבורג היינט

דאס ניקאלשבורגער חסידות איז היינט פלאצירט אין דער שטאט מאנסי ווי זיי האבן געבויט א שיינעם בית המדרש.

דער ניקאלשבורגער רבי האט א נאמען פון א שטארקן צוגעלאזטן איד, מיט וועם מ'קען זיך דורך רעדן כל ערליי ענינים ברוחניות ובגשמיות, אסאך אידן קלאפן אן טעגלעך ביי אים אין שטוב צו הערן א עצה והדרכה, צו זאל עס זיין שלום בית, געזונט און פרנסה.

זיין געגנווארט איז געשמאק, ווייל ער האט אלע כשרונות וואס א איד קען זיך נאר ווינטשן, ער איז א הערליכער בעל תפילה, ווי אויך א געוואלדיגן כח הדרוש, און א שמועס מיט אים איז מחי' נפשות. ועל כולם זיין קרייז איז א חסידישער עולם, ער האט איבערגעדרוקט ספרים ווי נתיב מצוותיך מיט זיינע הגהות און עס איז דא הונדערטער כתבי ידות פון זיינע חידושים.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון אוהעלער רבי'ן און געצויגן קיין מאנסי.

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 62
  2. ייחוס
  3. דער ניקאלשבורגער רבי
טעקע:DSC 0089.JPG
מוצש"ק ביים טיילן קנאבל
בית המדרש ברכת יוסף ניקאלשבורג



דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!