רוי:מייקל בלומבערג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מייקל בלומבערג
108'טער בירגערמייסטער פון ניו יארק
1 יאנואר 200231 דעצעמבער 2013

מייקל בלומבערג (ענגליש: Michael Bloomberg; געבוירן דעם 14טן פעברואר 1942) איז אן אמעריקאנער פרייער אידישער ביזנעסמאן, פאָליטיקער, פילאַנטראָפּ און מחבר. דער באַזיצער פון בלומבערג נייעס. ערהאט געדינט 12 יאָר (2002–2013) אלס בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי, פון 2002 ביז 2013, און איז געווען א קאנדידאט אין די 2020 דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס.

אין די 2020 פארבס רשימה פון די וועלטס ביליאַנערן, איז ער געווען דער אכט-רייכסטער מענטש; זיין נעץ ווערט איז געשאצט ביי 60.1 $ ביליאָן.

אין נאָוועמבער 2019 האָט בלומבערג אָפיציעל אָנגעהויבן זיין קאַמפּיין פאר דער דעמאָקראטישער נאמינאציע פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אין די 2020 וואלן. ער האָט געענדיגט זיין קאַמפּיין אין מערץ 2020, נאכדעם ווי ער האָט נאר געווינען 61 דעלעגאטן. בלומבערג האט זעלבסט-פינאנצירט 935,000,000 $ פאַר די פריימערי קאַמפּיין, מאכנדיג א רעקאָרד פאַר די טייערסטע יו. עס. פּרעזידענט פריימערי קאַמפּיין.

פרי לעבן און בילדונג

בלומבערג איז געבוירן אין באָסטאָן, מאַסאַטשוסעטס צו א אידישע כשרות-היטער פאמיליע. דער פאָטער זיידע פון בלומבערג, אלעקסאנדער "עליק" בלומבערג, איז געווען אַ פּוילישער איד. בלומבערגס מוטערלעך זיידע, מאקס רובענס, איז געווען אַ ליטווישער אימיגראַנט פון היינטיגן בעלארוס. זיין מוטער באבע איז געבוירן אין ניו יארק צו ליטווישע עלטערן.

בלומבערג האט גראדואירט אין 1964 אלס אן אינזעשניר אין דזשאנס האפקינס אוניווערסיטעט. ער האט שפעטער באקומען א ביזנעס דיפלאם אין הארווארד.

ביזנעס קאַריערע

נאכ'ן גראדואירן האט ער אנגענומען א דזשאב ביי סאלאמאן בראדערס אלס א קלוירק, פאר $9000 א יאר, ער האט זיך ארויפגארבייט און געווארן א שותף אין די פירמע.

נאכ'ן באזייטיגט ווערן אין 1981 האט בלומבערג גענוצט זיין 10 מיליאן דאלאר פארגיטיגונג צו שאפן די בלומבערג פירמע, וואס האט זיך ציוואקסען אלעס א ריזיגער מידיע אימפעריע.

רייכטום

אין די 2019 פארבס רשימה פון די וועלטס ביליאַנערן, איז ער געווען דער ניינט-רייכסטער מענטש; זיין נעץ ווערט איז געשאצט ביי 55.5$ ביליאָן.

פּאָליטישע קאַריערע

בלומבערג מיט פרעזידענט דזשארדזש וו. בוש אין 2003
בלומבערג מיט פרעזידענט באראק אבאמא אין 2012

בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי

אין 2002 איז ער ערוויילט געווארן אלס 108טער מאיאר פון ניו יארק סיטי, און ווידערוויילט געווארן אין 2005 און אין 2009. בלומבערג איז געווען אַ מיטגליד פון דער דעמאָקראַטישע פארטיי פאַר רוב פון זיין לעבן. ווען ער האט איינגעזען אז ער וועט נישט קענען געווינען די דעמאקראטישע מאיאר פריימערי פארמעסט, האָט ער באַשלאָסן צו לויפן פאר מעיאר אויף דער רעפובליקאנער טיקעט. דער ארויסגייענדיגער מעיאר רודי זשוליאני האט איהם געשטיצט, און ער איז ערוויילט געווארן אלס מעיאר.

בלומבערג, ווי רודי זשוליאני, איז פון די איינציגסטע ווידערוויילטע רעפובליקאנע מאיארן אין די מערסטנס דעמאָקראַטישער שטאָט.

אין די ערשטע צייטן איז ער נישט געווען אזוי פאפולער, א לאנגע צייט זענען זיינע אפפרואוועל נומערן געווען נידריג, אבער אלס א געניטער ביזנעסמאן האט ער ארויפגעארבעט די שטאט פינאציעל, און דאס האט אים געמאכט פאפולער, כאטש זיינע קאמוניקאציע טאלאנטן זענען נישט זייער גוט.

ער האט אסאך מאל געהאט דורכפעלער, אסאך מאל האט ער געוואלט איינפירן זאכן אין דער שטאט, וואס האט זיך אים נישט איינגעגעבן, אבער מיט עקשנות גייט ער ווייטער אן.

איינע פון די זאכן וואס ער וועט געדענקט ווערן איז אז ער האט באוויזן צו מאכן די בילדינג דעפארטמענט זעלבסטשטענדיג נישט צו זיין אונטערגעווארפן אונטער פארשידענע אינטערעסן גרופעס, אויך וויבאלד ער האט פינאצירט זיין קאמפיין צו ווערן בירגערמייסטער, דארף ער נישט אנקומען צו רעפובליקאנער אדער דעמאקראטישער פארטיי, דעריבער טוט ער זאכן ווי אזוי אים געפעלט.

ער האט פארשארפט דעם קאמפיין פון געבן טיקעטס, זייט ער איז אריין אין אפיס טיילט די ניו יארקער פאליס פארקינג און וויעלעשאנס טיקעטט אסאך מער ווי פאר דעם, דאס ברענגט אריין גאר אסאך געלד פאר די שטאט, אבער עס רעגט אויף אסאך איינוואנער און באזוכער פון די שטאט.

אין 2007 האט ער זיך צוריק ארויסגעצויגן פון די רעפובליקאנער פארטיי און געווארן פאליטיש זעלבסטשטענדיג.

בעת געגאסענע בליי אפעראציע, אין יאנואר 2009, האָט ער באזוכט ישראל אלס סאָלידאַריטעט און שטיצע, און אויסגעדריקט פול שטיצע פאר מדינת ישראל זיך צו פארטיידיקן.

2020 פּרעזידענט קאמפיין

אין נאוועמבער 2019 האט ער זיך דערקלערט אלס קאנדידאט פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע פאר פרעזידענט, מיטן ציל עווענטועל צו באַזיגן דאָנאַלד טראַמפּ. אין פעברואר 2020 האט ער זיך ארויסגעצוידן פונעם פארמעסט, נאָך פארלירן צו די פירנדע קאַנדידאַט דזשאָו ביידען.

פערזענליכע לעבן

גאָר אַ רייכער ביליאנער, וועלכער האט געשפענדעט א סך געלט פון זיין אייגן פארמעגן צו ווערן דערוויילט אלס מעיאר פון ניו יארק סיטי. סאיז אים געלונגען, פאר דעם פרייז פון עטליכע הונדערט דאלער א שטימע...

ער איז גע'גט, און האט צוויי טעכטער. ער רעדט ענגליש און שפּאַניש.

פריערדיגער:
רודי זשוליאני
בירגערמייסטער פון ניו יארק
2013–2002
נאָכפאלגער:
ביל די בלאזיא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!