רוי:מדרש תמורה
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
מדרש תמורה איז אַן אַלט ספר'ל, שטאַמט וואַרשיינלעך פון 12טן יאָרהונדערט, אָבער אַנטהאַלט פראַגמענטן פון פיל פריערדיגע צייטן; עס ווערט אָנגעגעבן, אַז די מחברים זענען די תנאים רבי ישמעאל און רבי עקיבא; אין דעם ספר'ל ווערט אָנגעוויזן, אַז אין דער וועלט איז פאַרהאַן דער פּאַראַלערער דואַליזם, דאָס הייסט, אַז יעדע זאַך האָט איר קעגנזאַץ, אַחוץ גאָט: טויט און לעבן אָרעם און רייך, שלעכט און גוט, נאַכט און טאָג; דער באַגריף פון קעגנזאַץ ווערט אויסגעדריקט אין וואָרט "תמורה".
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!