רוי:מאי 29
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | 3 | 4 | |||
5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 |
12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 |
19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 |
26 | 27 | 28 | 29 | 30 | 31 | |
קאלענדאר פאר 2024 |
דעם 29סטן מאי איז דער 149סטער טאג פון יאר (150סטער טאג אין אן עיבור-יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 216 טעג.
היסטארישע געשעענישן
- 1453 - אטאמאנישע קראפטן אונטער סולטאן מעהמעט דער צווייטער נעמען איין קאנסטאנטינאפאל און ברענגען צו א סוף די ביזאנטישע אימפעריע
- 1790 - ראוד איילענד ווערט דער 13טער שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן
- 1848 - וויסקאנסין ווערט דער 30סטער שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן
- 1867 - דער אפמאך וואס שטעלט אויף די עסטרייך אונגארישע אימפעריע ווערט אונטערגעשריבן
- 1948 - אומאפהענגיגקייט מלחמה: די עגיפטישע ארמיי ווערט אפגעהאלטן ביי עד הלום בריק
- 1953 - דער שפיץ פון עווערעסט באזיגט צום ערשטן מאל דורך עדמונד הילארי און טענזינג נארגיי
- 1991 - עריטרעע פראקלאמירט איר אומאפהענגיגקייט פון עטיאפיע
געבוירן
- 1917 - זשאן עף. קענעדי, דער 35סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (דערמארדעט 1963)
געשטארבן
- 1153 - דעיוויד דער ערשטער, מלך פון שאטלאנד (געב' 1084)
- 1379 - הענרי דער צווייטער, מלך פון קאסטיליע (געב' 1334)
- 1500 - בארטאלאמיו דיאס, פארטוגעזישער אויספארשער (געב' 1450)
- 1814 - זשאסעפין, ערשטע ווייב פון נאפאלעאן (געב' 1763)
- 1829 - האמפרי דייווי, בריטישער כעמיקער (געב' 1778)
- 1972 - סטעפאן טימאשענקא, אינזשעניר מיט אוקראינישן אפשטאם (געב' 1878)
- 1994 - עריך האנעקער, פירער פון מזרח דייטשלאנד (געב' 1912)
- 1998 - בארי גאלדוואטער, סענאטאר און קאנדידאט פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אין 1964 (געב' 1909)
פייערטעג
- ארגענטינע - ארמיי טאג
- ניגעריע - דעמאקראטיע טאג
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: מאי 29 |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!