רוי:מאדים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מאדים פלאנעט

דער מאדים אָדער מאַרס (ענגליש: Mars; סימבאל: ♂) איז דער פערטער פלאנעט פון דער זון, וועלכע געפינט זיך א דורכשניט ווייט פון 130 מיליאן מייל (‏1.523,662,31 AU‏) ווייט פון דער זון וועלכע איז געשאצט צו בערך 80 מיליאן מייל פון דער ערד. מאדים איז די צווייטע קלענסטע פלאנעט אין דער זון סיסטעם, נאך מערקור. מאדים האט צוויי קליינע לבנות, פאבאס און דעמאס.

מאדים ווערט גערופן דער "רויטער פלאנעט"—צוליב דער אייזן אקסיד אויף זיין אייבערפלאך זעט ער אויס רויטלעך. מאדים איז אן ערדישער פלאנעט, צוינויפגעשטעלט בעיקר פון שטיינער און מעטאלן. ביז 1965 האט מען געמיינט אז אפשר האט מאדים פליסיק וואסער אויף זיין אייבערפלאך. מיט די סאטעליטן וואס מען האט געשיקט אריבער מאדים פארשטייט מען היינט אז עס געפינט זיך אייז אויף די פאלוסן פון מאדים.

די אטמאספער פון מאדים איז זייער דין, מיט א סך קוילן זייערס און ווייניק זויערשטאף. אזוי ווי מאדים איז ווייטער פון דער זון ווי די ערד, און האט נישט קיין סך לופט, זענען די טעמפעראטורן נידריגער ווי אויף דער ערד.

די סקארע פונעם פלאנעט האט א דורכשניט די פון 50 ק"מ, און די גרעסטע געדיכטקייט איז 125 ק"מ.

מען קען זען מאדים גאנץ גרינג פון דער ערד; ער זעט אויס רויטלעך, און זיין גרייס קען דערגרייכן 2.91-, וואס נאר יופיטער, ווענוס, די לבנה און די זון זען אויס העלער.

ארום מאדים רינגלען פינעף קאסמאס־שיפן, און צוויי ליגן אויף זיין אייבערפלאך.

נאמען

דער פלאנעט מַאְדִּים ווערט דערמאנט מיט דעם נאמען שוין דורך חז"ל אין דער גמרא[1]. דער נאמען מאדים נעמט זיך פונעם רויטן קאליר (רויט איז "אדום" אין לשון הקודש) פונעם פלאנעט. אויף אנדערע שפראכן הייסט דער פלאנעט מאַרס Mars, אויפן נאמען פונעם אפגאט מארס אין דער רוימישער מיטאלאגיע.

אלגעמיינע אינפארמאציע

דער דיאמעטער פון מאדים איז העלפט די גרייס פונעם דיאמעטער פון דער ערד מיט 6,721 ק"מ (בערך 4,000 מייל) ביים עקוואטאר קעגן דער ערד'ס איבער 8,000 מייל אין דיאמעטער. (די לבנה איז בערך א פערטל די גרייס פון דער וועלט מיט בערך 2,000 מייל אין דיאמעטער.) אויך איז ער ווייניגער געדיכט ווי די ערד, און דערפאר האט מאדים 15% פונעם פארנעם פון דער ערד אבער נאר 11% פון איר מאסע, און ממילא האט מאדים אומגעפער 38% פון דער ערד'ס אייבערפלאך גראוויטאציע. דער שטח פון דעם אייבערפלאך פון מאדים איז א ביסל ווייניגער ווי דער שטח פון די אלע יבשות אויף דער ערד. דער אייבערפלאך פון מאדים איז פיל מיט קראטערס, און דאס אייז וואס געפינט זיך ביי די פאלוסן איז טרוקענע אייז וואס ווערט געשאפן ווען קארבאן דיאקסייד ווערט פארפרוירן, אבער די פארשער האלטן אז אויך שנייט עס.[2] די גרויסע מדבר'ס אויף מאדים ווערן כסדר גרעסער און קלענער, אזוי ווי גרויסע ווינטן בלאזן גרויסע זאמד-וואלקענס פון איין ארט צום צווייטן. אויף מאדים געפינט זיך דער גרעסטער בארג אין דער זון-סיסטעם, דער וואולקאן אלימפאס מאנס, וואס איז הויך 27 קילאמעטער. אויך געפינט זיך אויף מאדים דער קאניאן וואליס מארינאריס וואס איז לאנג 4,500 קילאמעטער און ברייט 200 קילאמעטער.

מאדים דרייט זיך אויף זיין אקס איינמאל אין 24 שעה'ן מיט 37 מינוט, וואס איז די לענג פון א טאג אויפן פלאנעט. דער אקס פון מאדים איז אנגעבויגן, אזוי ווי דער אקס פון דער ערד, במילא האט ער אויך פיר צייטן פונעם יאר.

אזוי ווי אלע פלאנעטן (אבער אנדערש ווי די לבנה וועלכע רינגלט ארום דער ערד) טוט דער מאדים ארומרינגלען די זון, אויף א גרעסערן רינג (אָרביט) וועלכע געדויערט איר 686.98 טעג (בערך 1,8 ערד יאר) מיט א גיך פון 24.13 ק"מ א סעקונדע (איבער 50,000 מייל פער שטונדע). דער פלאנעט איז 1.52 מאל אזוי ווייט פון דער זון ווי די ערד, דערפאר באקומט ער נאר 43% אזויפיל ליכט פון דער זון.

דער אייבערפלאך זעט אויס רויט־אראנזש צוליב אייזן-אקסיד (זשאווער).

דער רמב"ם שרייבט אז יעדער איינער פון די פלאנעטן נעבן דער זון זענען גלגלים פאר זיך און דאס האט מען זיך איבערגעצייגט מיט טעלעסקאפן ווען מען האט באמערקט אז דער מאדים האט צוויי לבנות, פאבאס און דעמאס, וועלכע רינגלען אים ארום גענוי ווי די לבנה רינגעלט ארום דער ערד. (מאכט נישט קיין טעות. די וועלט איז א (נאטירלעכער) סאטעליט פאר דער זון און די לבנה איז א סאטעליט פאר דער וועלט. דער מאדים איז א סאטעליט פאר דער זון און ער פארמאגט צוויי אייגענע סאטעליטן וועלכע רינגלען אים ארום. דער מאדים געפינט זיך נישט צווישן דער ערד און דער זון נאר געפינט זיך ווייטער ארויס פון דער ערד. דער מאדים איז א פלאנעט און די לבנה איז א לבנה.)

אינעווייניגע סטרוקטור

אסטראנאמער מיינען אז מאדים האט אינוועניג א יאדער פון די געדעכטע מינעראלן אייזן, ניקל און 16-17% שוועבל, ארומגענומען מיט א סקארע פון ווייניגער-געדעכטע סיליציום, זויערשטאף, מאגנעזיום, אלומיניום, קאלציום און קאליום. די סקארע האט א דורכשניטלעכע געדעכטקייט פון 50 ק"מ, און די גרעסטע געדעכטקייט איז 125 ק"מ. אין פארגלייך האט ערד א סקארע וואס איז דורכשניטלעך טיף 40 ק"מ

אייבערפלאך געאלאגיע

מאדים איז אן ערדישער פלאנעט וואס באשטייט פון מינעראלן וואס אנטהאלטן סיליציום און זויערשטאף, מעטאלן און אנדערע עלעמענטן וואס מען טרעפט אין שטיין. דער אייבערפלאך פון מאדים איז בעיקר באסאלט, און איז באדעקט מיט שטויב פון אייזן-אקסיד.

דער פעניקס סאטעליט האט געשיקט דאטן פון מאדים וואס ווייזט אז דער באדן אנטהאלט די עלעמענטן מאגנעזיום, נאטריום, קאליום און כלאר.

אזוי ווי דער אטמאספער־דרוק אויף מאדים איז גאר קליין, 100 מאל ווייניגער ווי אויף דער ערד, איז נישט מעגלעך פאר פליסיג וואסער צו עקזיסטירן דארט. דאס וואסער וואס געפינט זיך דארט איז אייז. אסטראנאמער האלטן אז אמאל פלעג יא זיין פליסיג וואסער אויפן פלאנעט. טייל פארשער האלטן אז די נידריגע פלוינען אין צפון זענען אמאל געווען באדעקט מיט אן אקעאן טיף הונדערטער מעטער, אפשר אזוי גרויס ווי דער ארקטישער אקעאן אויף דער ערד.

די פארעמען פון דעם אייבערפלאך האבן א פנים אז פליסיג וואסער האט א מאל עקזיסטירט דארט. אין 25 ערטער זעט מען גרויסע אויסגעקריצטע קאנאלן וואס זען אויס אז זיי זענען אויסגעפארעמט געווארן דורך א קאטאסטראפישן פלוס פון וואסער. איינער פון די גרויסער ביישפילן איז דער "מאדים וואליס", וואס איז לאנג 700 ק"מ, א סך מער ווי דער גראנד קאניאן, מיט א ברייט פון 20 ק"מ און א טיף פון 2 ק"מ אין טייל ערטער.

געאגראפיע פון מאדים

אין 1840 האט יאהאן היינריך מעדלער געמאלט די ערשטע מאפע פון מאדים, באזירט אויף צען יאר פון אבזערוואציעס. און שפעטער האט ער פארבעסערט די מאפע מיט ווילהעלם בער. זיי האבן נישט געגעבן קיין נעמען צו די שטחים אויף דער מאפע.

היינט גיט מען יא נעמען. למשל, קראטערס גרעסער פון 60 קילאמעטער האבן נעמען נאך געשטארבענע וויסנשאפטלער און שרייבער וואס האבן בייגעשטייערט צו דער שטודיע פון מאדים.

ארביט און ראטאציע

מאדים איז בערך 230 מיליאן קילאמעטער פון דער זון; זיין ארביט־תקופה איז 687 (ערד) טעג, געוויזן רויט. דער ארביט פון דער ערד איז געוויזן בלוי.

דער דורכשניטלעכער ווייט פון מאדים פון דער זון איז בערך 230 מיליאן קילאמעטער, און זיין ארביט־תקופה איז 687 (ערד) טעג. דער זון־טאג (אדער סאל) אויף מאדים איז נאר א ביסל לענגער ווי דער ערד טאג : 24 שעה, 39 מינוט און 35.244 סעקונדעס.[3] א מאדים־יאר איז גלייך צו 1.8809 ערד־יאר, אדער 1 יאר, 320 טעג און 18.2 שעה'ן.[4]

דער אַקס פון מאדים איז אנגעבויגן 25.19 גראד רעלאטיוו צו זיין ארביט־פלוין, ענליך צום אַקס־אנבייג פון דער ערד.[4] ממילא האט מאדים סעזאנען אזוי ווי די ערד, אבער אויף מאדים זענען די סעזאנען צוויי מאל אזוי לאנד ווייל זיין ארביט־פעריאד איז א סך גרעסער. היינטיגע צייטן איז די אריענטירונג פונעם צפון פאלוס פון מאדים נאנט צום שטערן דענעב.[5] מאדים האט אן ארביט-עקסצענטרישקייט בערך 0.09. דאס איז די צווייטע גרעסטע אין דער זון-סיסטעם; פון די אנדערע פלאנעטן נאר מערקור האט א גרעסערע ארביט-עקסצענטרישקייט. אין דער פארגאנגענהייט האט מאדים אמאל געהאט אן ארביט א סך ענליכער צו א קרייז. די אסטראנאמער טענה'ן אז זיין עקסצענטרישקייט פלעג זיין אומגעפער 0.002, א סך ווייניגער ווי די ערד האט היינט.[6] מאדים האט אן עקסצענטרישקייט-ציקל פון 96,000 ערד יארן אין פארגלייך צו ערד'ס ציקל פון 100,000 יאר.[7]

אטמאספער

מאדים האט א שיטערע אטמאספער: דער לופטדריק אויפן אייבערפלאך איז נאר 10 מיליבאר, אומגעפער נאר 1% פונעם דורכשניליכן דריק אויפן אייבערפלאך פון דער ערד. די אטמאספער גייט ביז א הייך פון עטליכע 11 ק"מ. די אטמאספער פון מאדים איז צוזאמענגעשטעלט פון 95% קוילן זייערס, 3% אזאט, 1.6% ארגאן און א ביסל זויערשטאף און וואסער. אין 2003 האט מען געטראפן באווייזן אז ס'איז אויך פאראן מעטאן אין דער אטמאספער.

אסטראנאמער שטעלן פאר אז אריגינעל האט די אטמאספער אנטהאלטעט מער קוילנשטאף.

שיקן קאסמאס־שיפן קיין מאדים

אייבערפלאך פון מאדים מיט שטיינער אומעטום

ווען מען האט געלאנדעט אויף דער לבנה האט מען געטראפן א רונדיגע ערד קוגל בערך האלב די גרייס פון דער וועלט פיל מיט זאמד און שטיינער און גארנישט עפעס אנדערש דערויף. עס איז שוין יארן וואס מען איז נישט געווען אויף די לבנה און עס איז נישט פאראן קיין פלענער צו גיין דארט נאכאמאל אין דער נאנטער צוקונפט. אבער דער גלוסט צו גיין קיין מאדים איז פיל שטערקער ערשטנס וויבאלד מען איז נאך נישט געווען דארט און צווייטנס ווייל עס זענען פאראן אזעלכע וואס פרובירן זיך איינרעדן אז דארט איז אמאל געווען לעבן און זיי וויל טרעפן עפעס איבערבלייבענישן ווי וואסער אבער דערווייל אן ערפאלג. דער מאדים איז אויף דערווייל אויך א ליידיגע פלאנעט מיט רויטע זאמד און שטיינער און גארנישט מער וועלכע שווימט ארום אין קאסמאס און קיין שום מענטשליכער מוח קען נישט מסביר זיין פארוואס.

אסטראנאמער האבן ערשט באמערקט דעם מאדים אין דער ענדע פונעם 19טן יארהונדערט מיט די בעסטע טעלעסקאפן וואס מען האט דעמאלט פארמאגט. וואס זיי האבן געשריבן איז א געלעכטער היינט ווייל מיט סאטעליט בילדער זעט מען אז עס קוקט אויס גאר אנדערש ווי זיי האבן פארגעשריבן. ווען מען קוקט מיט א סאטעליט איז דער מאדים א רויטער פלאנעט מיט טונקעלע און ליכטיגע טיילן און עס קוקט אויס ווי עס פארמאגט אויך פארפרוירענע שפיצן וועלכע איז קאלירט ווייס.

פאר באלד הונדערט יאר האט די וועלט געגלייבט אז אויפן מאדים איז אמאל געווען לעבן וועלכע איז יא אדער נישט אויסגעשטארבן און אן א שיעור ביכער זענען ארויסגעקומען מיט פאנטאזיעס אז איין טאג וועלן די אויגעהונגערטע באשעפענישן פונעם מאדים אראפקומען אויף די וועלט און איר אינוואדירן. איין פאנטאזירער האט געשריבן אין נאמען פון א גרויסע אסטראנאמער אז אין די לעצטע יארן האבן די אויסגעהונגערטע באשעפענישן פונעם מאדים געגראבן קאנאלן פון די פארפרוירענע אייז און מיט דעם לעבן זיי נאך היינט דארט.

אין 1971, נאכדעם וואס NASA האט שוין געהאט געשיקט ראקעטן אין קאסמאס און אויך צו דער לבנה האט מען באשלאסן צו גיין ווייטער און באטראכטן דעם מאדים. NASA האט ארויפגעשיקט דעם מארינער 9 וועלכער האט צוריקגעשיקט בילדער און אנטוישט אלע פאנטאזירער ווען מען האט קלאר געזען אז אלעס איז תוהו ובוהו און עס באשטייט פון נישט מער ווי זאמד און שטיינער.

עטליכע יאר דערויף האט NASA ווידער ארויפגעשיקט א צווילינג ארביטער וועלכע זיי האבן גערופן וויקינג נומער איינס און צוויי. די ארביטער האבן אויך געלאנדעט אויפ'ן מאדים און ווידער צוריקגעשיקט בילדער פון א מדבר פון רויטליכע זאמד און שטיינער און גארנישט מער. זינט דאן האט מען געשיקט נאך עטליכע ארביטערס און אלע איינס ביי איינס האבן צוריקגעשיקט די זעלבע זאך און איז געווארן קלארער און קלארער. אום אוגוסט 12 2006, עטליכע טעג נאכדעם וואס דער שאטעל דיסקאווערי האט געלאנדעט, האט NASA ארויפגעשיקט א פרישע מאדים ארביטער וועלכע האט דעגרייכט דעם מאדים און מערץ 2007. דער לעצטער ארביטער רופן זיי די מארס רעקאנאסאנס וועלכע האט צוריקגעשיקט די בעסטע בילדער און אויך דריי-דעגרי בילדער.

וואסער אויף מאדים

זינט מען האט באמערקט אז עס איז פאראן ווייסע טיילן אויפ'ן מאדים איז דער פאנטאזיע אז עס איז פאראן וואסער דארט שטערקער געווארן און וויפיל מען האט דערווייל געשיקט קען מען נאך אלץ נישט דערגיין וואס דאס איז. פון די בילדער וועלכע די פילע ארביטערס האבן געשיקט קוקט אויס אז עס זענען פאראן דריי ראיאנען אויפ'ן מאדים. עס איז פאראן גלייכע אויבערפלאכן, בערגיקע אויבערפאלכן, און ווייסע בערגיקע ראיאנען וועלכע קוקן נישט אויס פיל אנדערש ווי די פאלאר ראיאנען ביי די צוויי שפיצן פון אונזער וועלט.

איר וועט אוודאי פרעגן: נו אויב מען זעט דאר אייז אפשר איז טאקע פאראן וואסער דארט? דער ענטפער איז אבער אז לויט וויפיל אונז פארשטייען מיר איז נישט מעגליך, בדרך הטבע, אזא זאך וויבאלד אין קאסמאס קען קיין וואסער אדער לופט נישט זיין. וואס יא איז דערווייל נישט קלאר אבער עס איז מעגליך אז עס איז טרוקענע אייז וועלכע איז געמאכט פון קארבאן דיאקסייד.

פון די טעסטן וואס די פארשידענע ארביטערס האבן גענומען האט מען אויסגערעכנט אז די אטמאספער אויפ'ן מאדים איז אנדערש וואו אין קאסמאס וואו די סאטעליטן און שאטעלס פליען ארום. די אטמאספער באשטייט פון 95 פראצענט קארבאן דיאקסייד (די וועלט פארמאגט ווייניגער ווי איין פראצענט) 2.7 אזאט (די וועלט האט 78 פראצענט) און קוים א פינפטל פון א פראצענט אקסיגען (די וועלט האט 21 פראצענט). דער טעמפרעאטור איז געוואנדן לויט דער זון. ווען די זון שיינט איז דארט צווישן 220 און 70º פארענהייט און ווען די זון שיינט נישט איז דארט צווישן מינוס 140 און מינוס 20º פארענהייט. אין עטליכע מינוטן קען זיך די טעמפעראטור זיך טוישן מיט 60º פארענהייט.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס מען איז געוואויר געווארן ווען מען האט באזוכט דעם מאדים איז די טונקעלע און ליכטיגע טיילן פון דעם פלאנעט. די פאנטאזיעס פלעגן גיין אז די טונקעלע ערטער מיינען קאנאלן און געוואוקסן אבער ווען די שטודיעס זענען געווען טיף אינעם פראצעס האט מען אנגעהויבן באמערקן אז עס זענען פאראן זאמד שטורעמעס אויף ריזיגע ראיאנען וועלכע קענען אנהאלטן לאנגע מאנאטן. סייענטיסטן זאגן יעצט אז צו יעדע צייט איז פאראן זאמד שטורעמעס און דאס איז וואס מיר זעען טונקעלע און ליכטיגע ראיאנען ווען מען קוקט מיט א טעלעסקאפ.

פון וואס די זאמד שטורעמעס קומען קען נאך נישט ערקלערט ווערן אבער מען שטעלט זיך פאר אז דאס פאסירט פון די שרעקליכע היץ פון די זון וועלכע'ס היץ די זאמד זאפט איין און הייבט אונטער די גרינגערע שטויבלעך און פארמירט א שטורעם.

וויסנשאפטלער גלייבן אז פארשידענע טאלן און בערג אויפ'ן מאדים זענען געשאפן געווארן מיט די יארן און טוישט זיך כסדר. זיי גלייבן אז געוויסע זאכן פונעם קאסמאס קלאפן אריין דערין און דאס שאפט גרויסע לעכער און ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס זענען פאראן וואולקאנען אויפ'ן מאדים וועלכע שאפן בערג. אגב, דאס זעלבע גלייבט מען וועגן די ערד. עס איז זיכער אז וואולקאנען האבן געשאפן בערג אבער זיי האלטן אז פאלנדיגע שטיקער פון קאסמאס האט געשאפן לעכער במשך די יארן. זיי ווייזן אן אויף א שטח אינעם מדבר פון קאליפארניע וואו עס איז פאראן א גרויסע און טיפע לאך פון עטליכע מייל און זיי קענען נישט זען עפעס אנדערש נאר אז א ריזיגע שטיק פון קאסמאס איז דארט געפאלן לויט זיי מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק.

עס איז פארשטענדליך אז אויב עס וועט געלונגען פאר NASA עווענטועל ארויפצושיקן לעבעדיגע מענטשן קיין מאדים וועלן אלע פאנטאזיעס צונישט ווערן און מען וועט טרעפן א ליידיגן פלאנעט וועלכע דער מענטשליכער מוח וועט נישט פארשטיין פארוואס דאס איז באשאפן געווארן. מען וועט זיך טרעפן האבנדיג אויסגעגעבן הונדערטער ביליאנען דאלארן און צענדליגער יארן פון שטודיעס.

טעקע:01-SS-01-Endurance-B101R1 br2.jpg
טייל פון א בילד פון מאדים גענומען דורכן "אפארטיוניטי"

לבנות

מאדים האט צוויי פארהעלטנמעסיג קליינע נאטירלעכע לבנות, פאבאס (אומגעפער 22 ק"מ דיאמעטער) און דעמאס (אומגעפער 12 ק"מ דיאמעטער), וואס ארביטירן נאנט צום פלאנעט. ביידע לבנות האט אסף האל אנטפלעקט אין 1877; זייערע נעמען זענען די כאראקטערן פאבאס (פאניק/פארכט) און דעמאס (שרעק), וועלכע, אין גריכישער מיטאלאגיע, האבן באגלייט זייער ארעס, געטשקע פון מלחמה, אין קריג.[8][9] אין מאדערנעם גריכיש, הייסט דער פלאנעט טאקע ארעס (Άρης).[10]

פון מאדימ'ס אייבערפלאך זען אויס די באוועגונגען פון פאבאס און דעמאס גאנץ אנדערש ווי דער ערד'ס לבנה, Moon. פאבאס גייט אויף אין מערב און אראפ אין מזרח, און גייט אויף נאכאמאל 11 שעה נאכהער. דעמאס גייט ארויף נארמאל, אין מזרח, אבער גאר פאמעלעך. כאטש האט דעמאס א 30-שעה ארביט, דויערט 2.7 טעג פון זיין אויפגאנג ביזן אונטערגאנג פאר איינעם וואס קוקט פונעם עקוואטאר, ווייל ער גייט פאמעלעך הינטער דער ראטאציע פונעם פלאנעט מאדים.[11]

ארביטן פון פאבאס או דעמאס (פראפארציאנעל)

אזוי דער ארביט פון פאבאס איז נידעריג טון פלייץ־קראפטן פונעם פלאנעט מאדים מאכן דעם ארביט ביסלעכווייז וואס נידריגער. אבער עס וואלט געדויערט נאך 50 מיליאן יאר ביז פאבאס קומט צו נאענט צום אייבערפלאך פון מאדים<"ref name="phobos.html />.

די ארביטן פון די צוויי לבנות זענען קיילעכדיק. פאבאס האט אן ארביט וואס איז נישט סטאביל.

ס'איז מעגלעך אז מאדים האט קליינע לבנות קלענער פון 50 צו 100 מעטער דיאמעטער, און די אסטראנאמער זאגן אז עס דארף עקזיסטירן א שטויב־רינג צווישן פאבאס און דעמאס[12]

דער געיעג קיין מאדים

דער געיעג קיין מאדים האט זיך שוין אנגעפאנגן אין די 60ער יארן און זינט דאן האבן אמעריקע, רוסלאנד, אייראפע, און יאפאן צענדליגער מאל ארויפגעשיקט ארביטערס פון וועלכע טייל האבן נישט און טייל האבן יא געלאנדעט אויפן מאדים. דער געיעג האט שוין אפגעקאסט פיל מער ווי יעדע אנדערע קאסמאס מיסיע וויבאלד כמעט צוויי דריטל ראקעטס וועלכע מען האט אהינגעשיקט זענען דורכגעפאלן בעפאר מען האט געפארטיגט די מיסיע און טייל אפילו בעפאר מען האט אנגעהויבן. די קאסמאס אגענטורן ווייזן אן אז זייער אסאך זאכן קענען גיין אומריכטיג און דערפאר האט מען געהאט אזויפיל דורכפעלער אבער אין פאקט זענען אסאך פון די מיסיעס דורכגעפאלן מיט מער פשוט'ע זאכן ווי פארלירן קאמוניקאציע.

די ערשטע צו גיין קיין מאדים זענען געווען די רוסישע וועלכע האבן ארויפגעשיקט צוויי ארביטערס נאך אין 960' אבער ביידע זענען דורכגעפאלן. זיי האבן נאכגעשיקט נאך דריי צוויי יאר דערויף אבער אויך די דריי זענען דורכגעפאלן. צוויי זענען קיינמאל נישט ארויס פון די וועלט'ס ארביט און אן אנדערע וועלכע האט יא דעגרייכט זייער ווייט האט פארלוירן קאמיוניקאציע. צוויי יאר דערויף האט נאך איינס פארפעלט. טראץ רוסלאנד'ס דורכפעלער האט NASA באשלאסן אויך צו פרובירן און האט אנגעהויבן דעם מארינער פראגראם אין 964' און האט נאך יענעם יאר ארויפגעשיקט צוויי באזונדערע ארביטער מיט צוויי אנדערע ראקעטס פון וועלכע די ערשטע האט פארפעלט צו דעגרייכן דעם מאדים און די צווייטע האט סוקסעספול ארומגערינגעלט דעם רויטן פלאנעט. די ערשטע בילדער זענען געווען זייער אומקלאר און מען האט נאר אזויפיל געקענט זען אז דאס איז א רויטע פלאנעט מיט אסאך שטיינער.

נאך א מיסיע האט נאגעפאלגט אין 1969 ווען ביידע אמעריקע און רוסלאנד האבן ארויפגעשיקט צוויי ארביטערס יעדער איינע. אמעריקע האט געשיקט מארינער 8 און מארינער 9 און רוסלאנד האט געשיקט מארס 1 און מארס 2. דריי פון די ארביטער האבן דעגרייכט דעם מאדים 9 מאנאטן שפעטער און נאר דער מארינער 8 איז שטיין געבליבן ערגעץ. אבער צו די אנטוישונג איז פונקט געווען א שטארקע זאמד שטורעם אויפ'ן מאדים און די בילדער האבן גארנישט געקענט ווייזן. מען האט געווארט עטליכע וואכן און ערשט דערנאך האבן די ארביטער אנגעהויבן אראפשיקן קלארע בילדער און מען האט צום ערשטן מאל געקענט זען די ווייסע פארפרוירענע טיילן ביים שפיץ. אין די פריע 1970ער יארן האט רוסלאנד געשיקט באלד 10 ארביטער מיט א פלאן זיי צו לאנדן אבער נאר צוויי פון זיי האבן געלאנדעט און א דריטע האט אויך געלאנדעט אבער האט געלאנדעט צו שנעל און איז צעבראכן געווארן. די צוויי וועלכע האבן יא געלאנדעט האבן אויך נישט עקזיסטירט צו לאנג אבער אינאיינעם האבן זיי געשיקט 60 גאר קלארע בילדער פון וועלכע מען האט געקענט נאנט באטראכטן די זאמד און שטיינער און זייערע קאלירן. נאך מיסיעס האבן נאגעפאלגט און עס האט אנגעהויבן ווערן מער סוקסעספול און אין 976' האבן די צווילינג וויקינג ארביטער ביידע סוקסעספול געלאנדעט און צום ערשטן מאל געשיקט קאלירטע בילדער און אסאך נייע אינפארמאציע וועגן די אטמאספער און געאגראפיע.

אין די קומענדיגע 20 יאר האבן סיי רוסלאנד און סיי אמעריקע געשיקט עטליכע ארביטערס פון וועלכע רוב זענען געווען סוקסעספול און האבן אנגעהויבן אויסשטעלן א מאפע פון דעם מאדים. אין 97' האט NASA געשיקט דעם פעטפיינדער טרעקל וועלכע איז געווען א געוואלדיגע סוקסעס פונען ערשטן מינוט אן און האט געשיקט איבער 16,000 בילדער און האט געטאן פארשידענע עקספרימענטן מיט די זאמד און שטיינער. ביי יענעם מיסיע האט די וועלט צום ערשטן מאל געטראפן אן אינטערעסע אין דעם מיסיע און יעדער האט געליינט און גערעדט דערוועגן.

זייענדיג באוואפענט מיט אזויפיל סוקסעס האט אמעריקע, רוסלאנד, און אויך יאפאן אנגעהויבן שיקן מיסיעס קיין מאדים אבער רוב זענען דורכגעפאלן יעדע צוליב אן אנדערע סיבה. אבער NASA האט נישט אויפגעגעבן און האט אין 01' סוקסעספול געלאנדעט דעם אדיסי וועלכע האט געטאן עקספרימענטן מיט די אטמעספערע און געשיקט טויזענטער בילדער פון די העכסטע ערטער אויפ'ן מאדים. נאכדעם זענען געקומען די אייראפעאישע און האבן ארויפגעשיקט דעם ביגעל וועלכע האט געברויכט לאנדן און אריינגראבן אין די ערד פון דעם מאדים און דאס עקספרימענטירן. די לאנדונג איז געווען א סוקסעס אבער מען האט פארלירן קאמיוניקאציע דערמיט.

די לעצטע מיסיעס זענען געווען די צוויי מארס ראווערס וועלכע זענען געשיקט געווארן אין 03' אין צוויי באזונדערע מיסיעס. ביידע זענען געווען סוקסעספול און זענען נאך היינט טעטיג אויפ'ן מאדים אבער ווי NASA זאגט עלטערן זיי זיך שוין און וועלן בקרוב שטארבן. NASA האט באשלאסן צו שיקן א צווייטע פאר ראווערס וועלכע זענען ארויסגעשיקט געווארן אום אוגוסט 2006. מיט יעדע מיסיע ווערן די בילדער קלארער און קלארער און NASA זאצט אז אויב אלע צוקונפדיגע מיסיעס וועלן זיין סוקסעספול וועט זי זיין גרייט צו שיקן א לעבעדיגע מענטש ביז 20 יאר.

פארוואס פרובירט מען נישט שיקן מענטשן?

די הויפט סיבה פארוואס מען טראכט נאך נישט פון שיקן לעבעדיגע מענטשן קיין מאדים איז צוליב דער פאקט אז צוויי פון יעדע דריי מיסיעס זענען דורכגעפאלן אויף דערווייל און דאס איז א גרויסע איינשטעל פאר מענטשן. צום אלעם ערשטן דארף מען זיך איבערצייגן אז מען קען שיקן ראבאטישע ראווערס איינע נאך די אנדערע פאר לאנגע יארן און אלע זאלן זיין דערפאלגרייך.

צווייטנס איז דאס צו טייער. א מיסיע קיין מאדים קאסט דערווייל א מיליאן דאלאר פער יעדע פונט געוויכט וואס מען שיקט אהין. א צווילינג ראווער קאסט איבער א ביליאן דאלאר צו מאכן און דערויף קומען צו די קאסטן פון לאנטשן און אפערירן וועלכע קאסטן הונדערטער מיליאנען דאלארן. אויב א גרופע מענטשן זאלן געשיקט ווערן וועט מען דארפן א פיל גרעסערע ראקעט און קאפסול וועלכע וועט קאסטן אסטראנאמישע סכומים און מיט אזא קליינע סוקסעס ראטע האט עס נישט קיין שום פשט.

דריטענס דארף מען שטודירן טויזנטער זאכן בעפאר מען קען שיקן א מענטש. די ראווערס דארפן נישט קיין עסן און שלאפן און טוען וואס מען הייסט זיי. זיי ווערן נישט געשאדט פון ראדיאציע און האבן נישט קיין פראבלעם מיט די עקסטרעמע וועטערס. א מענטש וועט די אלע זאכן דארפן האבן און דאס וועט נישט גרינג אנקומען וויבאלד די מיסיע געדויערט לאנגע מאנאטן און דער מענטש וואלט נארמאל דאס נישט געקענט איבערלעבן.

די ראווערס פארלאנגען נאר א האלבע מיסיע ווייל זיי דארפן נישט אהיימקומען. די בילדער און דאטא ווערט טראנסמיטירט צו די וועלט און ווען זיי האבן אפגעדינט לאזט מען זיי דארט איבער. כדי צו קענען טראגן א מענטש קיין מאדים דארף מען מאכן א פלאן וויאזוי זיי אהיימצוברענגן וואס דאס אליינס קען געדויערן יאר לאנג. מען דארף ערשט שיקן עטליכע מיסיעס און זיי באווייזן צוריק צו ברענגן און ערשט דערנאך וועט מען קענען אנהייבן טראכטן דערפון.

באקוקן

אנימאציע פון דער כלומערשטיקער רוקלויפיגער באוועגונג פון מאדים אין 2003, געזען פון דער ערד

אזוי ווי דער ארביט פון מאדים איז עקצענטריש, טוט זיין העלקייט ביים קעגנזאץ פון דער זון גרייכן פון −3.0 ביז −1.4. די מינימום העלקייט איז גרייס +1.6 ווען דער פלאנעט איז אין צונויפזאמלונג מיט דער זון.[13] מאדים זעט אויס געווענליך געל, אראנזש אדער רויט; דער פאקטישער קאליר פון מאדים איז נענטער צו געל, און דאס רויטקייט איז שטויב אין דעם פלאנעט"ס אטמאספער. נאס"אספיריט ראווער האט געמאכט בילדער פון גרין־ברוינלעכער לאנדשאפט מיט בלוי־גרא שטיינער און לאטעס פון העל־רויטן זאמד.[14] די גרעסטע ווייטקייט פון דער ערד איז מער ווי זיבן מאל ווען ער איז נענטסט. ס'איז מעגלעך פאר מאדים צו ווערן "פארלוירן" מאנאטן לאנג אין דעם אפשיין פון דער זון. די בעסטע מעגליכקייטן צו זען מאדים קומען פאר נאך 15 אדער 17 יאר, אלעמאל צווישן סוף יולי און סוף סעפטעמבער, ווען מען קען זען פרטים פונעם אייבערפלאך מיט א — טעלעסקאפ. גאנץ מערקבאר, אפילו אן א סך פארגרעסערונג, זענען די פאלוס אייז־קעפלעך.[15]

ווען מאדים דערנענטערט זיך צו קעגנזאץ, הייבט ער אן א תקופה פון כלומרשטער רוקלויפיגער באוועגונג, ד"ה אז עס זעט אויס ווי ער באוועגט זיך צוריקוועג אין א שלייף־באוועגונג קעגן די הינטערגרונט שטערן. די געדויער פון דער דאזיגער רוקלויפיגער באוועגונג איז בערך 72 טעג, און מאדים דערגרייכט זיין שפיץ באלייכטונג אינמיטן דער באוועגונג.[16]

היסטארישע אבזערוואציעס

די געשיכטע פון אבזערוואציעס פון מאדים גייט לויט די קעגנזאצן פון מאדים, ווען דער פלאנעט איז וואס נענטער צו ערד און דעריבער מערסט זעבאר, א זאך וואס פאסירט יעדע פאר יאר. יעדע 15 אדער 17 יאר פאסירט א פעריהעלישער קעננזאץ פון מאדים; אזוי ווי מאדים איז נאנט צו זיין פעריהעליאן, קומט ער נאך נענטער צו דער ערד.

די אוראלטע עגיפטישע אסטראנאמער האבן שוין באריכטעט דעם עקזיסטענץ פון מאדים ווי א 'כוכב לכת' (א שטערן וואס באוועגט זיך ארום דעם נאכט־הימל און, אין יאר 1534 פאר דער היינטיגער תקופה, האבן זיי שוין געוואוסט וועגן דער צוריקציענדיקער באוועגונג פון דעם פלאנעט.[17]

רעפערענצן

  1. שבת קנו, א
  2. חוקרים: בלילות הקיץ במאדים יורד שלג, באתר "הידען", 27 באוגוסט 2017
  3. Badescu, Viorel (2009). Mars: Prospective Energy and Material Resources (illustrated ed.). Springer Science & Business Media. p. 600. ISBN 978-3-642-03629-3.
  4. 4.0 4.1 Williams, David R. (‏1טן סעפטעמבער, 2004). "Mars Fact Sheet". National Space Science Data Center. NASA. Retrieved ‏24סטן יוני, 2006. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  5. Barlow, Nadine G. (2008). Mars: an introduction to its interior, surface and atmosphere. Cambridge planetary science. Vol. 8. Cambridge University Press. p. 21. ISBN 0-521-85226-9.
  6. Vitagliano, Aldo (2003). "Mars' Orbital eccentricity over time". Solex. Universita' degli Studi di Napoli Federico II. Archived from the original on ‏7טן סעפטעמבער, 2007. Retrieved ‏20סטן יולי, 2007. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |archivedate= (help); Unknown parameter |deadurl= ignored (|url-status= suggested) (help)
  7. Meeus, Jean (מערץ 2003). "When Was Mars Last This Close?". International Planetarium Society. Archived from the original on ‏16טן מאי, 2011. Retrieved ‏18טן יאנואר, 2008. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |archivedate= (help)
  8. "Ares Attendants: Deimos & Phobos". Greek Mythology. Retrieved ‏13טן יוני, 2006. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  9. Hunt, G. E.; Michael, W. H.; Pascu, D.; Veverka, J.; Wilkins, G. A.; Woolfson, M. (1978). "The Martian satellites—100 years on". Quarterly Journal of the Royal Astronomical Society. 19: 90–109. Bibcode:1978QJRAS..19...90H.
  10. "Greek Names of the Planets". Archived from the original on ‏9טער מיי, 2010. Retrieved ‏14טער יולי, 2012. Aris is the Greek name of the planet Mars, the fourth planet from the sun, also known as the Red planet. Aris or Ares was the Greek god of War. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |archivedate= (help) See also the Greek article about the planet.
  11. Arnett, Bill (November 20, 2004). "Phobos". nineplanets. Retrieved ‏13טער יוני 2006. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  12. Adler, M.; Owen, W.; Riedel, J. (June 2012). Use of MRO Optical Navigation Camera to Prepare for Mars Sample Return (PDF). Concepts and Approaches for Mars Exploration. June 12–14, 2012. Houston, Texas. 4337. Bibcode:2012LPICo1679.4337A.
  13. Mallama, A. (2011). "Planetary magnitudes". Sky and Telescope. 121 (1): 51–56.
  14. Lloyd, John; John Mitchinson (2006). The QI Book of General Ignorance. Britain: Faber and Faber Limited. pp. 102, 299. ISBN 978-0-571-24139-2.
  15. Peck, Akkana. "Mars Observing FAQ". Shallow Sky. Retrieved ‏15טן יוני, 2006. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  16. Zeilik, Michael (2002). Astronomy: the Evolving Universe (9th ed.). Cambridge University Press. p. 14. ISBN 0-521-80090-0.
  17. Novakovic, B. (2008). "Senenmut: An Ancient Egyptian Astronomer". Publications of the Astronomical Observatory of Belgrade. 85: 19–23. arXiv:0801.1331. Bibcode:2008POBeo..85...19N.

דרויסנדיגע לינקס

בילדער


די זון סיסטעם
 
Solar System XXX RTL.png
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון-סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פון פּלאַנעטן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!