רוי:חסיד
אין תנ"ך געפינען מיר אָפטמאָל די באַציייכענונג „חסיד” פאַר אַ פרומען מענטש, וועלכער טוט צדקות: אַפילן וועגן גאָט ואווערט געזאָגט אין ירמיה ג' „כי חסיד אני” וואָרים איך בין אַ חסיד, דאָס הייסט, איך טו צדקות צו מענטשן; דער נביא מיכה ז' קלאָגט זיך „אבד חסיד”, עס אין פאַרשוואונדן געוואָרן דער טיפּ מענטש וואָס טוט צדקות; אין תהלים קמ"ט ווערט אַפילו אָנגעוויזן אויף דער עקזיסטענץ פון אַ גרופּע פרומע מענטשן, וואָס האָבן געהייסן „חסידים”, („תהלתו בקהל חסידים”).
עס איז זיכער אַז אין דער צייט פון דער גזרת־השמד פון סירישן קעניג אַנטיוכוס עפיפאַנעס אויף די אידן אין ארץ־ישראל, איידער די חשמונאים האָבן געמאַכט דעם באַפרייאונגס אויפשטאַנד (אין 2טן יאָרהונדערט פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג), איז געווען ביי אידן אַ באַזונדערע גרופּע חסידים, זייער פרומע אידן, וועלכע האָבן אויף קיין פאַל נישט געוואָלט נאָכגעבן די פאָדערונג פון אַנטיוכוס און האָבן זיך געלאָזט טויטן און נישט עובר געווען אויף די קעניגלעכע געבאָטן; זייער נאָמען חסידים געפינען מיר אין דעם גריכישן טעקסט פון די כתובים - אַחרונים - ספרים „חשמונאים” וואו זיי הייסן אין גריכיש „אַסידעאָי” (חסידעער, „חסידים”). וועגן דעם גרויסן יידישן חכם, וואָס האָט געלעבט אין דער חשמונאים־צייט און איז אומגעקומען אויף קדוש השם, יוסי בן יועזר, ווערט געזאָגט אין דער משנה חגיגה ב' אַז ער איז געווען אַ „חסיד”; עס איז פאַראַן אַ וויכטיקע פראגע, צי די דאָזיקע חסידים פון דער חשמונאים־צייט האָבן געהאַט אַ שייכות מיט דער איסיים־סעקטע; די מיינונגען פון די געלערנטע (ווייס אין „דור דור ודורשיו”, ראפּאָפּאָרט אין „תולדות”, גרעץ אין „דברי ימי ישראל” און אַנדערע) זענען וועגן דעם צעטיילט. אין דער משנה און גמרא געפינען מיר אָפט דעם טיטל חסיד און „חסידים הראשונים” (די „אַמאָליקע חסידים”); אין ברכות ה' זאָגט די משנה אַז די חסידים הראשונים האָבן געדאַווענט מיט גרויס כוונה; די משנה און גמרא ברענגען דעם אויסדרוק „חסידות”, און די משנה צום סוף סוטה (אין די משניות) זאָגט רבי פּנחס בן יאיר „חסידות מביאה לידי רוח הקודש” (חסידות ברענגט צו רוח הקודש), און אין טייל נוסחאות איז פאַראַן, אַז „רוח הקודש פירט צו חסידות”, דאָס הייסט, אַז חסידות שטייט נאָך העכער. אין סוכה נ"א געפינען מיר דעם אויסדרוק „חסידים ואנשי מעשה”; זייער אָפט געפינען מיר אין דער גמרא סיפּורים וואָס הויבן זיך אָן מיט די ווערטער „מעשה בחסיד אחד” (עס איז געווען אַמאָל אַ מעשה מיט איין חסיד); ווי למשל די וואונדערלעכע דערציילונג אין ברכות י"ח ווי דער חסיד האָט גענעכטיקט אויפן בית הקברות און געהערט ווי די מתים רעדן צווישן זיך. לויט איין מיינונג זאָל מען מיט „מעשה בחסיד אחד” אומעטום מיינען דעם תנא רבי יהודה בן בבא אָדער רבי יהודה בר אילעאי, די גמרא אין בבא קמא ל' זאָגט, אַז ווער עס וויל זיין אַ חסיד זאָל מקיים זיין די ווערטער פון אבות, דאָס הייסט, די עטישע רעליגיעזע אָנוייזונגען פון דער משנה אין פּרקי אבות; דאָרט ווערט אויך געבראכט די מיינונג, אַז אַ חסיד דאַוף זיין נזהר אין נזיקין, נישט ברענגען אַנדערע קיין שאָדן, און אויך אין „מילי דברכות”, וואָס טייל טייטשן אויס אַלס די פרומע ווערטער וואָס ווערן געבראכט אין מסכתא ברכות, אָדער אין די דינים פון ברכות־מאַכן; אין ירושלמי סוף ברכות ווערט געבראַכט אַ ספר חסידים. עס איז אויך פאַראַן „חסידי אומות העולם” (חסידים ביי נישט-יידישע פעלקער). אין דער גמרא ווערט אָנגעוויזן אַז טייילמאָל איז איינער צופיל חסיד און דאָס טויג נישט; אַזאַ מענטש ווערט אָנגערופן אין סוטה כ"א „חסיד שוטה” (נאַרישער חסיד) און די גמרא גיט אַ ביישפּיל, אַז אַזאַ חסיד זעט ווי אַ פרוי טרינקט זיך אין טייך און וויל איר נישט ראַטעווען ווייל עס איז נישט פרום צו קוקן אויף א פרוי.
אויך אין די שפּעטערע צייטן פון די גאונים אין בבל און נאָך שפּעטער אויך אין אַנדערע לענדער באַמערקט מען דעם טיטל חסיד און די מידות פון חסידים ווערן שטאַרק געלויבט. אין די סיפּורים מעשיות פון רבנו נסים געפינען מיר אָפט דעם „מעשה בחסיד אחד”. דער מחבר פון „חובות הלבבות” רבנו בחיי איז אָנגערופן געוואָרן „החסיד”, און ווארשיינלעך איז זיין ספר באַטראכט געוואָרן אַלס די הויפּט־יסודות פון חסידות. אין דייטשלאנד, אין 12טן און 13טן יאָרהונדערט זענען געווען אַ גרופּע גרויסע יידישע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן געהאַט דעם טיטל חסידים און האָבן זיך אויפגעפירט לויט די שטרענגסטע מידות פון חסידות. זייער פירער און רבי איז געווען רבי יהודה החסיד; די דאָזיקע גרופּע איז באַקאַנט מיטן נאָמען חסידי אשכנז; זיי זענען גענויגט געווען צו מיסטיק. מען דערציילט וועגן זיי מופתים; זייערע הויפּט-ספרים זענען דער „ספר חסידים” און די ספרים פון רבי אלעזר רקח; פּרטים וועגן דער דאָזיקער חסידי־אשכנז־באַוועגונג קאָן מען געפינען אין גידעמאנס „התורה והחיים” ערשטן טייל; אויך אין אַנדערע לענדער טרעפט מען חסידים (רבנו יונה החסיד און אַנדערע).
זע זוכווערטער איסיים, חשמונאים, יהודה החסיד.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!