רוי:וועלוול טערלעצקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

וועלוול טערלעצקי (רוסיש: Терлецкий Владимир Евгеньевич טערלעצקי וולאַדימיר יעווגעני) (22סטן יאנואר 1931 - 22סטן יולי 1998) איז געווען א אידישער-רוסישער מוזיקער, קאמפאזיטאר, דיריגענט און אראנזשירער.

לעבן

וועלוול טערלעצקי איז געבוירן געווארן דעם 22סטן יאנואר פון 1931 אין מאסקווע, ראטנפארבאנד .זיינע עלטערן זענען געווען קאמוניסטישע אקטיוויסטן, פונדעסטוועגן זיי זענען ארעסטירט און אומגעבראכט געווארן בשעת דער סטאלין-קולט תקופה. וועלוול איז אויסגעכאוועט געווארן פון זיין באבען.

טערלעצקי האט שטודירט מוזיק אין דער גנעסינס-שולע, דערנאך אין דעם גנעסינס-אינסטיטוט פאר מוזיק-אונטעריכטן. אליין מיכאל גנעסין האט אים געעצעט אז ער זאל זיך פארנעמען מיט יידישער מוזיק. טערלעצקי האט פארנומען פילצאליקע שטעלעס אלס דיריגענט /די ארקעסטערן פון מאסקווער עסטראדע, ראסקאנצערט, מאסקאנצערט, עסטראדע ארקעסטער פון באקו/. ער איז צוגעאייגנט געווארן דעם טיטל פון א פארדינסטפולן ארטיסט פון אזערביידזשאן.

טערלעצקי איז געשטארבן דעם 22סטן יולי פון 1998 אין מאסקווע, רוסלאנד.

שאפן

טערלעצקי האט פארפאסט פיל זינג-לידער, בינע- און פילם-מוזיק, מוזיק פאר טעלעוויזיע און ראדיא-אוידיציעס. ער איז געווען באוווסט אלס אן אויסגעצייכנטער אראנזשירער. פון זיין יידישער מוזיק טיילן זיך אויס צוויי יידישע סואיטעס פאר ארקעסטער, זינג-לידער אויף די ווערטער פון אהרון ווערגעליס און אלי ביידער. ער האט באארבעט פיל יידישע פאלקס-ניגונים. טערלעצקי'ס מוזיק איז באוווסט מיט איר מעלאדישער פשטות און לעבעדיקייט, און זיין ארקעסטרירן איז דערפינדעריש און פארביק.

רעקארדירונגען

עטליכע ווערק זיינע זענען רעקארדירט געווארן פון דער סאוויעטישער רעקארדירונגס-פירמע מעלאדיא. באזונדערס, מיטן אנסאמבל פייערלעך פון ווילנע האט ער רעקארדירט א באזעצן די כלה אין 1981 – צום ערשטן מאל זינט דער איינציקער רעקארדירונג ביי די סאוועטן אין קיעוו אין 1937. ער האט אויך געמאכט רעקארדירונגען מיט אזוינע זינגער ווי אינע סלאווסקע, מארינע גארדאן, דינה פאטאפאווסקע, מאריע לוקאטש, נינע בראדסקע, אלעזר באבין, משה מגיד און אנדערע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!