רוי:וויליאם שעיקספיר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
וויליאם שעיקספיר
וויליאם שייקספיר

וויליאם שייקספיר (ענגליש: William Shakespeare; ‏ 23סטן אפריל 1564 - ט"ז אייר ה'שע"ו, 3טן מאי 1616 (יול. קאל.: 23סטן אפריל)) איז געווען איינער פון די גרעסטע דראמאטורגן און דיכטער אין דער מערבדיקער קולטור. ער האט געשריבן זיינע פיעסעס, פאעמעס און סאנעטן צווישן אנהייב 1590ער יארן און 1612.

זיינע טראגעדיעס, קאמעדיעס און היסטארישע כראניקעס זייוען איבערגעזעצט געווארן כמעט אין אלע שפראכן, ביז היינט ווערן זיי געשטעלט אין טעאטערס איבער דער גארער וועלט. אויך האבן שייקספירס ווערק באווירקט אויף דער טאג-טעגליכער גערייד אין דער מריבדיקער קולטור, ד"ה מען ציטירט האפטלעך אויסדרוקן פון זיי.

שייקספיר איז געבוירן און געהאדעוועט געווארן אין סטראטפארד-אויפן-אוואן, וואריקשיר. ווען ער איז געווען אלט 18, האט ער געהייראט ען האטאוויי, מיט וועמען האט ער געהאט דריי קינדער: סוזאנא און די צווילינג העמנעט און דזשודיט. צווישן 1585 און 1592, האט ער אנגעהויבן א דערפאלגרייכע קאריערע אין לאנדאן ווי אן אקטיאר, שרייבער און טייל־אייגנטומער פון א שפיל־געזעלשאפט וואס האט געהייסן די Lord Chamberlain's Men (לארד טשעמבערליינס מען), שפעטער באוואוסט ווי די King's Men (קינגס מען). ביי דער עלטער פון 49 (אומגעפער 1613), ווייזט אויס אז ער האט זיך פעניסאנירט קיין סטראטפארד, וואו ער איז געשטארבן דריי יאר נאכהער. עס זענען געבליבן ווייניג באריכטן פון שייקספיר'ס פריוואטן לעבן.

צווישן ה'שנ"ד ; 1594 - ה'שנ"ז ; 1597 האט שייקספיר אנגעשריבן א קאמעדיע מיטן נאמען "דער סוחר פון ווענעדיג", וואס איינער פון אירע פערסאנאזשן איז א איד א מלווה בריבית. אזעלכע טענהען, אז די דאזיקע פארשטעלונג איז אנטיסעמיטיש, וואס באהאנדלט דעם אידן אלס מלווה בריבית. אבער פון דער אנדערער זייט, זאגט מען, אז שייקספיר האט זיך קיין מאל נישט באגעגנט מיט קיין אידן, און פארקערט, זיין קאמעדיע קומט אפשלאגן קריסטאפער מארלוי'ס שרעקליכע אנטיסעמיטישע פיעסע - "דער איד פון מאלטא".

שייקספירס בארימטסטע פיעסעס זענען "האמלעט","קעניג ליר","אטעלא","מאקבעט", "ראמעא און יוליע" און אנדערע.

שייקספיר האט פראדוצירט דעם מערסטן טייל פון זיינע ווערק צווישן די יארן 1589 און 1613.[1][2][lower-alpha 1] זיינע פריערדיגע שפילן זענען מערסטן קאמעדיעס און היסטאריעס, און א סך האלטן אז די דאזיקע ווערק זענען די בעסטע פון די זשאנערס. ביז אומגעפער 1608, האט ער געשריבן בעיקר טראגעדיעס, צווישן זיי האמלעט, אטעלא, קינג ליר, און מאקבעט, אלע גערעכנט צו זיי צווישן די שענסטע ווערק אין דער ענגלישער שפראך.[3][4][5] אין דער לעצטע פאזע פון זיין לעבן, האט ער געשריבן טראגיקאמעדיעס (אויך באוואוסט ווי ראמאנען) און ער האט צוזאמענגעארבעט מיט אנדערע דראמאטורגן.

שייקספיר האט צוגעלייגט נייע ווערטער און פראזעס צו דער ענגלישער שפראך. ער האט געמאכט מער פאפולער טייל ווערטער.[6] ער האט געשאפן מער ווי 1,700 ענגלישע ווערטער.[7]

ביאגראפיע

שייקספיר איז געבוירן געווארן אין סטראטפארד אויפן אוואן אין 1564 צו זיינע עלטערן דזשאן שייקספיר, א הענטשקע מאכער, און זיין ווייב מערי אַרדן. ער איז געטויפט געווארן דעם 26טן אפריל און אזוי ווי דער שטייגער איז געווען דעמאלסט צו טויפן קינדער נאך זייער געבורט, איז אנגענומען צו זאגן אז ער איז געבוירן געווארן דעם 23סטן אפריל. ער איז געווען דער דריטער פון אכט קינדער.

מען קלערט אז שייקספיר האט געלערנט אין דער "קעניג'ס נייע שולע", (ענ') [8][9][10] א פרייע שולע 400 מעטער פון זיין היים.

ווען ער איז געווען אלט 18 יאר האט שייקספיר געהייראט ען האטאוויי. זיי האבן געהאט דריי קינדער, א טאכטער סוזאנא, אין מאי 1583,[11] און צווילינג, א זון האמנעט און א טאכטער דזשודיט, צווי יאר נאכהער אין 1585.[12] האמנעט איז געשטארבן ביי דער עלטער פון 11 און מען האט אים באגראבן דעם 11טן אויגוסט 1596.[13]

נאך דער געבורט פון די צווילינג הערט מען נישט פון שייקספיר ביז אין 1592 ווערט ער דערמאנט ביי דער לאנדאנער טעאטער סצענע, אחוץ איין מאל אין א פראצעסט אין וועסטמינסטער דעם 9טן אקטאבער 1589.[14] היסטאריקער רופן די יארן צווישן 1585 און 1592 שייקספיר'ס "פארלוירענע יארן".[15] ביאגראפן וואס ווילן צוזאמענשטעלן וואס האט פאסירט אין די דאזיקע יארן האבן עטליכע מעשה'לעך. ניקאלאס רוי, שייקספיר'ס ערשטער ביאגראף, דערציילט א סטראפארד לעגענדע אז שייקספיר האט געמאכט א ויברח פון דער שטאט קיין לאנדאן כדי מען זאל נישט קענען פראקורירן אים פאר גנב'ענען הירשן פונעם לאקאלן פריץ טאמאס לוסי. מ'זאגט אז שייקספיר האט גענומען נקמה קעגן לוסי מיט א סקאנדאליעזער באלאדע וועגן אים.[16][17] אין דעם 18טן יארהונדערט האט מען דערציילט א מעשה אז שייקספיר האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין טעאטער מיט געבן אכט אויף די פערד פון טעאטער־גייער אין לאנדאן.[18] דזשאן אברי האט באמערקט אז שייקספיר איז געווען א שולע־לערער.[19] טייל 20סטער יארהונדערט אקאדעמיקער האבן פארגעשלאגן אז שייקספיר איז געווען אנגעשטעלט ווי א שולע־לערער דורך אלעקסאנדער האגטאן פון לאנקאשיר, א קאטוילישער פריץ וואס האט דערמאנט א געוויסן "וויליאם שייקשאפט" אין זיין צוואה.[20][21] אבער ס'איז נישט קיין ראיות צו די מעשה'ס נאר וואס מ'האט איבערגעזאגט וועגן אים נאך זיין טויט, און שייקשאפט איז געווען א פארשפרייטער נאמען אין דעם לאנקאשיר געגנט.[22][23]

דורכאויס זיין קאריערע האט שייקספיר געטיילט זיין צייט; טייל צייט האט ער געוואוינט אין לאנדאן און טייל צייט אין סטראטפארד. אין 1596, א יאר פריער איידער ער האט געקויפט "נייער פלאץ" ווי זיין פאמיליע־הויז אין סטראטפארד, האט שייקספיר געוואוינט אין דער פאראפיע סט העלענס, בישאפסגייט, צפון פונעם טייך טעמז.[24][25] אין 1599 האט ער זיך שוין געצויגן קיין סאדארק; אין יענעם יאר האט זיין געזעלשאפט געבויט דארט דעם גלאב טעאטער.[24][26] אין 1604, האט ער זיך געצויגן צוריק צפון פונעם טייך, אין א געגנט נארד פון סט פאלס קאטעדראל מיט פיל שיינע הייזער. דארט האט ער געדונגען צימערן פון א פראנצויזישער הוגענאט קריסטאפער מאנטדזשוי, וואס האט געמאכט פערוקן פאר פרויען.[27][28]

שפילן

די ערשטע ווערק פון שייקספיר זענען ריטשארד דער דריטער און די דריי טיילן פון הענרי דער זעקסטער, געשריבן אין די אנהייב 1590ער יארן ווען ס'איז געווען פאפולער היסטראשיע דראמע. ס'איז אבער שווער צו דערגיין גענוי ווען שייקספיר האט געשריבן זיינע שפילן,[29][30] און פון שטודיעס פון די טעקסטן איז משמע אז טיטוס אנדראניקואס, די קאמעדיע פון טעות'ן, די דרעסירונג פון דער ארורה, און די צוויי מענער פון וועראנע געהערן אויך צו שייקספיר'ס פריערסטער תקופה.[31][29] זיינע ערשטע היסטאריעס, וואס ציען שטארק אויף דער 1587 אויסגאבע פון ראפאעל האלינסהעד'ס דברי הימים פון ענגלאנד, סקאטלאנד און אירלאנד,[32] טון דראמאטיזירן די חורבנישע אויסקומען פון שוואכער אדער מושחתדיקער רעגירונג, און טייל טייטשן אפ אז פון דעם האט געשטאמט דער אנהייב פון דער טיודאר דינאסטיע.[33] די פריערע שפילן זענען געווען באאיינפלוסט פון די ווערק פון אנדערע עליזאבעטאנער דראמאטורגן, ספעציעל טאמאס קיד און קריסטאפער מארלוי, דורך די טראדיציעס פון מיטל־אלטער דראמע און דורך די שפילן פון סענעקע. די קאמעדיע פון טעות'ן איז אויך געווען באזירט אויף קלאסישע מאדעלן, אבער מ'האט נישט געטראפן קיין מקור פאר "די דרעסירונג פון דער ארורה", אויבוואויל זי האט א שייכות מיט אן אנדער שפיל מיטן זעלבן נאמען וואס שטאמט אפשר פון א פאלקס־מעשה.


באאיינפלוס

Macbeth Consulting the Vision of the Armed Head. By Henry Fuseli, 1793–1794. Folger Shakespeare Library, Washington.

שייקספיר'ס ארבעט האט איבערגלאזט א בלייביקן איינדרוק אויף שפעטערע טעאטער און ליטעראטור. ער האט פארברייטערט דעם דראמאטיקן פאטענץ פון כאראקטעריזאציע, סיפור־המעשה, שפראך און זשאנער.[34] למשל, ביז ראמעא און יוליא האט מען נישט געקלערט צו ניצן ראמאנטיק ווי א טעמע פאר א טראגעדיע.[35] פריער פלעג מען ניצן א מאנאלאג איבערצגעבן אינפארמאציע וועגן א כאראקטער אדער א געשעעניש, אבער שייקספיר האט געניצט מאנאלאגן אויסצופארשן וואס ליגט אין קאפ פון א כאראקטער.[36] זיין ווערק האט שטארק באאיינפלוסט שפעטערע פאעסיע.

שייקספיר האט באאיינפלוסט ראמאניסטן ווי טאמאס הארדי, וויליאם פאלקנער און טשארלס דיקנס. די מאנאלאגן וואס אמעריקאנער ראמאניסט הערמאן מעלוויל האט געשריבן זענען נאכגעמאכט פון שייקספיר; זיין קאפיטאן אחאב אין מאבי-דיק איז א קלאסישער טראגישער העלד, אינספירירט פון קינג ליר.[37] פארשער האלטן אז 20,000 פיעסעס פון מוזיק זענען פארבונדן מיט שייקספיר'ס ווערק. דאס שליסט איין דריי אפערעס פון include three operas by דזשוסעפי ווערדי, מאקבעט, אטעלא און פאלסטאף.[38]

אין שייקספיר'ס צייט איז די גראמאטיק, אויסלייג און אויסרעד פון ענגליש נישט געווען סטאנדארדיזירט אזוי ווי היינט,[39] און זיין באניץ פון שפראך האט געהאלפן פארמירן מאדערנע ענגליש.[40]

דרויסנדיגע לינקס

זעט אויך

הערות און רעפערענצן

הערות

  1. Chambers 1930a, pp. 270–271.
  2. Taylor 1987, pp. 109–134.
  3. Greenblatt 2005, p. 11.
  4. Bevington 2002, pp. 1–3.
  5. Wells 1997, p. 399.
  6. Vernon, Jennifer (‏22סטן אפריל 2004). "Shakespeare's Coined Words Now Common Currency". news.nationalgeographic.com. Retrieved 27סטן מערץ 2011. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  7. נייע ווערטער וואס שייקספיר האט ערפינדן (ענגליש)
  8. Schoenbaum 1987, pp. 62–63.
  9. Ackroyd 2006, p. 53.
  10. Wells et al. 2005, pp. xv–xvi.
  11. Schoenbaum 1987, p. 93.
  12. Schoenbaum 1987, p. 94.
  13. Schoenbaum 1987, p. 224.
  14. Bate 2008, p. 314.
  15. Schoenbaum 1987, p. 95.
  16. Schoenbaum 1987, pp. 97–108.
  17. Rowe 1709.
  18. Schoenbaum 1987, pp. 144–145.
  19. Schoenbaum 1987, pp. 110–111.
  20. Honigmann 1999, p. 1.
  21. Wells et al. 2005, p. xvii.
  22. Honigmann 1999, pp. 95–117.
  23. Wood 2003, pp. 97–109.
  24. 24.0 24.1 Hales 1904, pp. 401–402.
  25. Honan 1998, p. 121.
  26. Shapiro 2005, p. 122.
  27. Honan 1998, p. 325.
  28. Greenblatt 2005, p. 405.
  29. 29.0 29.1 Frye 2005, p. 9.
  30. Honan 1998, p. 166.
  31. Schoenbaum 1987, pp. 159–161.
  32. Dutton & Howard 2003, p. 147.
  33. Ribner 2005, pp. 154–155.
  34. Chambers 1944, p. 35.
  35. Levenson 2000, pp. 49–50.
  36. Clemen 1987, p. 179.
  37. Bryant 1998, p. 82.
  38. Gross 2003, pp. 641–642.
  39. Cercignani 1981.
  40. Crystal 2001, pp. 55–65, 74.

רעפערענצן


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!


ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "lower-alpha", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="lower-alpha"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.