רוי:דורכגאס פון גיבראלטאר
דער דורכגאס פון גיבראלטאר (אַראַביש: مضيق جبل طارق, ענגליש: Strait of Gibraltar, שפּאַניש: Estrecho de Gibraltar) איז דער דורכגאס צווישן דעם אטלאנטישן אקעאן און דעם מיטלענדישן ים, וואס שייד שפאניע און די בריטישע קאלאניע גיבראלטאר צו צפון פון מאראקא צו דרום.
ביים שמעלסטן פונקט פונעם דורכגאס זענען נאר 13 ק"מ וואסער צווישן אייראפע און אפריקע. א פראם פארט אריבער צווישן די צוויי קאנטינעטן.
די טיף פונעם דורכגאס איז פון 300 ביז 900 מעטער.
וואסער פליסט דורכן דורכגאס אין דער מזרח ריכטונג, ווייל דער ווארעמער מיטלענדישער ים פארלירט וואסער מיט אויסדאמפן.
עטימאלאגיע
אין 711 איז דער מוסולמענער גענעראל טארק איבן זיאד אריבערגעגאנגען דעם דורכגאס אויפן וועג איינצונעמען שפאניע. מען האט געגעבן א נאמען פארן בערגל פון גיבראלטאר "דזשעבל טארק" = טארקס בערגל (אויף אראביש איז דזשעבל א בערגל). דורכויס די יארן איז דער נאמען געווארן "דזשיבראלטאר".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!