רוי:דאקטאר

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:דאקטאר (פילאזאפיע))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דאָקטאָר (דאָקטאָר פון פילאָסאָפיע אָדער PhD) איז דער העכסטער אַקאַדעמישער טיטל, געשאָנקען דורך אַן אוניווערסיטעט אָדער ענליכע אינסטיטוציע. "דאָקטאָר" איז געניצט צו רעפערירן צו אַ מענטש מיט אַ דאָקטאָראַט. צו באַקומען דעם דיפלאם, דאַרף מען שרייבן אַ טעזיס (אַ דאָקומענט געשריבן אין שטיצע פון אַ געדאַנק וואָס איז פרעזענטירט פאַר דיסקוסיע אָדער אפפרעגן). די באדערפענישן בייטן זיך לויט דער טעמע.

מען באַקומט דעם טיטל ווען מען באווייזט אַז מען האָט אַליין געפארשט עפּעס אַ טעמע און דערין געצייגט נייקייטן פאַר די וויסנשאַפט. די שטודיִע פאַרפאַסט מען אין אַ דיסערטאַציע (צוזאַמענזאַץ) וואָס ווערט איבערגעקוקט דורך פּראָפעסארן, און מען זאָל אויך קענען די אַרבעט פאַרטיידיגן.

אריגינעל האט מען באקומען דעם דיפלאם פאר שטודיעס אין פילאזאפיע אבער היינט גיט מען דעם טיטל אין אלע לערנונגען ווי ליטעראטור, היסטאריע, וויסנשאפט, מאטעמאטיק און אינזשעניריע.

אין רוב לענדער איז דער דאקטאראט דער דיפלאם וועלכע אויטאריזירט דעם מענטש צו אויסלערנען אנדערע אין דעם ספעציפישין פעלד אין וועלכע ער האט באקומען דעם דאקטאראט.

דאס ווארט "דאקטאראט" קומט פונעם לאטיינישן "דאקערע" וואס מיינט "צו אויסלערנען".

זע אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!