רוי:גוואטעמאלע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מאפע

גואַטעמאַלאַ (די רעפובליק פון גוואטעמאלע שפּאַניש: República de Guatemala) איז א לאנד אין צענטראל-אמעריקע.

די גרעניצן זענען מעקסיקא אויף צפון און מערב, דער פאציפישער אקעאן אויף דרום-מערב, בעליז אויף צפון-מזרח, דער קאראאיבישער ים אין דעם אטלאנטישן אקעאן אויף מזרח, האנדוראס אויף מזרח, און על סאלוואדאר אויף דרום-מזרח.

עס איז אמאל געווען די הארץ פון די מאיא ציוויליזאציע און איז שפּעטער געווארן טייל פון שפאניע'ס ניי שפאניע. דאס לאנד האט באקומען זעלבסטשטענדיגקייט אין 1821 און געווארן טייל פון די פעדעראלע רעפובליק פון צענטראַל אמעריקע.

גואטעמאלע'ס היסטאריע רעכנט אריין תקופות פון אומסטאביליטעט, דיקטאטארשאפטן, און א בירגער-קריג (1960-1996) מיט מאיא באפעלקערונג שחיטות.

שלום אפמאכן האבן געבראכט דעמאָקראַטישע וואלן און עקאָנאָמישע וואוקס.

גואטעמאלע איז באוואוסט פאר אירע אייגנארטיגע עקאסיסטעמען און בייאָדייווערסיטי אָבער מיטשעט זיך מיט אזעלכע פראבלעמען ווי אָרעמקייט, פארברעכן און עסנווארג אינסעקיוריטי.

מיט איבער 17 מיליאן מענטשן איז עס די מערסט באפעלקערטע מדינה אין צענטראל אמעריקע.

Great Plaza, Temple II, Tikal, Guatemala

דרויסנדיגע לינקס

  • גוואטעמאלע, קורץ שילדערונג און סטאטיסטיק אויף דער פאַקט־בוך אויף לענדער פון די CIA (ענגליש)
  • Guatemala Military Guide, GlobalSecurity.org

רעפערענצן