רוי:בראטיסלאווא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בראטיסלאווא
Bratislava
Flag of Bratislava.svg Coat of Arms of Bratislava.svg
Bratislava Panorama R01.jpg
בראטיסלאווער שלאס
מדינה / טעריטאָריע Flag of Slovakia.svg סלאוואקיי
גרינדונג דאַטע 907 (ערשטער רעפערענץ)
קאָאָרדינאַטן 48°08′38″N 17°06′51″E / 48.14389°N 17.11417°E / 48.14389; 17.11417 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
דיסטריקט בראטיסלאווא
בירגערמייסטער אנדריי דזשארקאווסקי
שטח 367.584 קוואדראט ק"מ
הייך 134 מעטער

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

426,927‏  (שטייענדיג 2007)
1,159 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
http://visit.bratislava.sk/

בראטיסלאווא אדער פּרעשבורג (סלאוואקיש: Bratislava, אונגאַריש: Pozsony) איז די הויפטשטאט פון סלאוואקיי.

זי איז אמאל (פון 1536 ביז 1783) געווען די הויפטשטאט פונעם אונגארישן קעניגרייך, איידער בודאפעשט האט גענומען דעם טיטל.

דער חתם סופר איז געווען רב פון דער שטאט.


רבנים פון דער שטאט

אין די לעצטע בערך 130 יאר פארן קריג האבן געדינט דארטן אלס רבנים פיר דורות בן אחר בן, וואס עס איז אינטערעסאנט דערפון איז אז אלע האבן דארטן געדינט פונקט 33 יאר.

חת"ם סופר

דער ערשטער איז געווען דער חת"ם סופר וואס האט געדינט אלס רב פון ה'תקס"ז ביז כ"ה תשרי ה'ת"ר וואס דאן איז ער נפטר געווארן, וואס אין זיין צייט האט ער געפירט א ישיבה פון ארום 400 בחורים וואס האבן זיך אריינגעשטופט אין א קליין צימער וואס קען באמת בלויז אנטהאלטן ארום 30-40 פערזאן

כתב סופר

דערנאך האט איבערגענומען זיין עלטסטער זון דער כתב סופר וואס ער האט געדינט ביז ער איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרל"ב

שבט סופר

ווען דער כתב סופר איז נפטר געווארן האט איבערגענומען זיין דריטער זון, הר"ר שמחה בונם סופר וואס ער איז געווען רב ביז

הר"ר יעקב עקיבא סופר

שפעטער איז אויפגענומען געווארן הר"ר יעקב עקיבא סופר וואס אין שנת ת"ש האט ער געפרעגט זיין פעטער הר"ר שמעון סופר אבד"ק ערלוי צו ער דארף נישט מורא האבן אזוי ווי בעפאר אים זענען שוין דריי דורות נפטר געווארן ביי 33 יאר רבנות אין דעם שטאט, האט ער אים טאקע געראטן אז אזוי ווי עס זעט אויס רוקן זיך ממילא אן צרות אויף דעם אייראפעישן קאנטינענט במילא איז געראטן אז ער זאל ארויף פארן קיין ארץ ישראל.

איז ער טאקע ארויף געפארן און געגרינדעט די פרעשבורגער ישיבה אין ירושלים וואס שטייט נאך ביזן היינטיגן טאג, און אזוי ארום האט ער טאקע איבערגעלעבט דעם גרויסן חורבן.

דיינים פון דער שטאט

הר"ר דוד לאקענבאך-ניימאן

וועלכער האט געדינט צווישן די יארן תר?"? ביז ????, און די צייטן פון דעם שבט סופר, און ער האט אויך געדינט אלס מגיד שיעור אין די ישיבה ווי ער האט אויפגעשטעלט אסאך תלמידים הגונים, צווישן זיי געפונט זיך הר"ר רבי יונתן שטייף זצוק"ל ראב"ד קהע"י בודאפעס און שפעטר איז ער געווען ראש ישיבה אין נייטרא ישיבה אין אמעריקע, און סוף פון זיינע יארן איז ער געווען אבד"ק קהל עדת יראים וויען אין ווילימסבור וואס גלייכצייטיג האט ער געדינט אלס איינער פון די גרעסטע גדולים אין די תקופה נאך דער חורבן אייראפע.

חזנים

בערך 1900 איז געווען חזן אין פרעשבורג יאסעלע קאקאש.[1] נאך אים איז געווארן חזן יאסעלע ראזנבלאט.

רעפערענצן


Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!