רוי:בין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בין
דער צוקערזעקל בין, Tetragonula carbonaria
דער צוקערזעקל בין, Tetragonula carbonaria
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
אָפטייל: ארטראפאדן
קלאַס: אינזעקטן
ארדענונג: Hymenoptera
איבערפאַמיליע: Apoidea
פאמיליעס
סינאנימען

Apiformes (פון לאטיין 'apis')

האניגבין אויף אן אתרוג בלימל

א בין איז א סארט פליענדיגע אינזעקט, פארבינדן מיט וועספן און מוראשקעס, וואס פארשפרייט בלומען שטויב (פאלען) פון איין בלום צום צווייטן און טוט אזוי פערטיליזירן די בלומען פון פילע סארטן פרוכט ביימער און געוואוקסן. בינען געפינען זיך אין אלע קאנטינעטן אחוץ אנטארקטיקע.

בינען האבן אזא מין לאנגן צונג ווי א שטרוי צו זויגן דעם נעקטאר פון די בלומען.

עס איז פאראן איבער 20,000 זגאלן בינען.

אריינגערעכנט:

  • האניג בין – לעבט אינאיינעם ביז 30,000 אין א בינען שטאק. די בינען פראדוצירן האניג און שאפן נעסטן פון וואקס. האניג בינען געהערן צום מין Apis און זענען צעטיילט אין זיבן זגאלן.
  • טעפער־בין (Mason bee) – לעבט איינזאם, אין אנפאנג פרילינג זיכט די נקבה בין אויף א לאנגע שמאלע טונעל אין א בוים אדער אן אנדערע געביידע וואס זי צעטיילט איו צימערלעך מיט ערד און בלאטע, און פילט אן מיט בלומען שטויב (פאלען) יעדע צימערל עקסטער און לייגט איין איי פער צימערל, דערנאך פארזיגלט זי דעם עפענונג מיט נאך בלאטע. די ערוואקסענע נקבה בין לעבט ביז זעקס וואכן און די זכר ביז צוויי וואכן.
  • בלאט שניידער בין (Megachilidae) – לייגט אייער אין א שמאלע טונעל, ווי די טעפפער בין, אבער פארדעם טוט זי אויסבעטן די טונעל מיט שטיקלעך פון בלעטלעך וואס זי שניידט אראפ פון געוויקסן.
Anthidiellum ehrhorni

ווען מען שטערט אדער ווען מען באדראהט זייער בינען שטאק שטעכן זיי די שטערער אבער רוב סארטן שטארבן נאכן דערלאנגען דעם שטאך.

אסאך פון זיי פראדוצירן האניג פון די נעקטאר פון בלומען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

P biology.svg דער ארטיקל בנוגע ביאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.