רוי:מוראשקע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מוראַשקעס
Formica rufa, אַ מוראַשקע
Formica rufa, אַ מוראַשקע
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
(unranked): Ecdysozoa
שטאַם: ארטראפאדן
קלאַס: אינזעקטן
סדר: Hymenoptera
פאַמיליע: Formicidae Latreille, 1802

די מוראַשקעס זענען אַן אינזעקט גרופּע, פאַרבינדט מיט וועספּן און בינען. די מוראַשקעס לעבן אין געזעלשאַפטן און האָבן אַ באַשטימטע סאָציאַלע סטרוקטור. דער ראש פון דער מוראַשקע־מלוכה איז די מלכּה און זי איז אויך די גרעסטע אין דער מלוכה. די מלכּה איז דאָס ווייבל און לייגט אייער. די מוראַשקעס וואָס מען זעט די אַרבעטערינס און האָבן די אחריות פאַר דער דערגרייכונג פון עסנוואַרג פאַר דער קעניגין און פאַר די לאַרוון. די פליגלען געפינט מען ביי מוראַשקעס נאָר אין זכרים און יונגע מלכּות.

מוראַשקעס געפינען זיך איבער דער גאָרער וועלט אחוץ אנטארקטיקע, איסלאנד, גרינלאנד און עטליכע אַנדערע אינזלען.

מוראַשקעס ליידן פון עטליכע בעלי־חיים וואָס באַפאַלן זיי. צווישן זיי איז דאָ אַ גרופּע פון רויב־חיות וואָס וואוינען צוזאַמען מיט מוראַשקעס און זען אויס ווי זיי (דורך מימיקריע) אָבער זיי באַפאַלן די מוראַשקעס.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!