רוי:באנגלאדעש
פאלקס רעפובליק פון באנגלאדעש | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: אַמאַר שאָנאַר באַנגלאַ מיין גאלדענער בענגאל | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | בענגאליש | ||||
הויפּטשטאָט | דאקא | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
יאזשודין אחמעד | ||||
גרינדונג דאַטום |
26 מארץ 1971 (פון פאקיסטאן) | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
147570 קוואַדראַט ק"מ 94 7.0 | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
150,448,340 7 1045 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $222.4 ביליאן (48סט) | ||||
וואַלוטע | טאקא | ||||
צייט זאָנע | 6 + UTC | ||||
אינטערנעט דאָמען | bd. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 880+ |
באַנגלאַדעש (בענגאַליש: বাংলাদেশ באַנגלאַדעש מוסטער:IPA-bn), אפיציעל די פאלקס־רעפובליק פון באנגלאדעש (গণপ্রজাতন্ত্রী বাংলাদেশ Gônoprojatontri Bangladesh), איז א לאנד אין דרום-מזרח אזיע ארומגענומען פון אינדיע כמעט פון אלע זייטן, אחוץ א קליינער גרעניץ מיט בורמע אין דרום-מזרח און לעבן דער בוכטע פון בענגאל צו דרום. די הויפטשטאט איז דאקא. די אפיציעלע שפראך פון בענגאל איז בענגאליש. בענגאל איז א זייער ארעם לאנד. ער איז א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט. באנגלאדעש איז דער וועלט'ס אכט־מערסט באפעלקערט לאנד.
די איינוואוינערס אין באנגלאדעש זענען 89.7% מוסולמענער און 2% הינדו. איסלאם איז די אפיציעלע רעליגיע פון באנגלאדעש.
די צוויי גרעסטע שטעט זענען די הויפטשטאט דאקא און טשיטאגאנג.
דער גרעסטער טייל פון באנגלאדעש איז באדעקט מיט דער בענגאל־דעלטא, די גרעסטע דעלטא אויף דער וועלט. דאס לאנד האט 700 טייכן און 8,046 ק"מ פון אינלענדישע וואסערוועגן. דאס לאנד האט א גרויסן אויסוואל פון פלאנצן און בעלי-חיים, כולל די בענגאל-טיגערס, דער נאציאנאלער בעל-חי, וואס איז אין געפאר פון אויסשטארבן.
בענגאל איז אן אנטוויקלונגס-לאנד, און איינער פון די גרעסטע טעקסטיל עקספארטירערס אין דער וועלט. זיינע הויפט האנדל־שותפים זענען דער אייראפעאישער פארבאנד, די פאראייניגטע שטאטן, כינע, אינדיע, יאפאן, מאלייזיע און סינגאפור. באנגלאנדעש איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און דער וועלט האנדל ארגאניזאציע.
שטאַט בעל־חי | ||
---|---|---|
שטאַט פויגל | ||
שטאַט בוים | ||
שטאַט בלום | ||
שטאַט וואסער־זויגער | ||
שטאַט רעפטיליע | ||
שטאַט פרוכט | ||
שטאַט פיש | ||
שטאַט מעטשעט | ||
שטאַט טעמפל | ||
שטאַט טייך | ||
שטאַט בארג |
היסטאריע
געאגראפיע
באנגלאדעש האט פילצאליגע זגאלן פון אמפיביעס (53), רעפטיליעס (139), ים-רעפטיליעס (19) און ים-זויגערס (5). אויך האט ער 628 זגאלן פון פויגלען.[1]
עקאנאמיע
באנגלאדעש, אן אנטוויקלונגס-לאנד מיט א מארק-באזירטער געמישטער עקאנאמיע, האט די דריט־גרעסטע דרום־אזיע עקאנאמיע (נאך אינדיע און פאקיסטאן) און די צווייט־העכסטע פרעמדע-וואלוטע רעזערוון. דער איינקונפט פער מענטש איז געווען $1754 אין 2018 מיט א ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון $285 מיליאן.[2] באנגלאדעשער וואס וואוינען אין אויסלאנד האבן אריינגעשיקט $15.31 ביליאן אין 2015.[3]
במשך די ערשטע פינעף יאר פון זעלבסטשטענדיגקייט האט באנגלאדעש אדאפטירט סאציאלישטישע פאליטיק. די שפעטערדיקע רעגירונגען האבן צוריקגעשטעלט פרייע מארקן און האבן פראמאווירט דעם לאנד'ס פריוואטן סעקטאר. אין 1991, האט פינאנץ מיניסטער סייפור ראהמאן איינגעפירט א פראגראם פון עקאנאמישער ליבעראליזאציע. דער פריוואטער סעקטאר אין באנגלאדעש האט זיך גיך אויסגעברייטערט, מיט א צאל קאנגלאמעראטן וואס טרייבן די עקאנאמיע. די הויפט אינדוסטריעס שליסן איין טעקסטיל, אפטייקווארג, שיפבויעריי, שטאָל, עלעקטראניק, ענערגיע, קאנסטרוקציע מאטריאלן, כעמיקאלן, קעראמיק, עסנווארג פראצעסירן און לעדערנער גיטער. אין דעם יאר 2014-15 האבן עקספארטן פארמערט מיט 3.3% אנטקעגן דעם פריערדיגן יאר צו $30 ביליאן, אבער באנגלאדעש'נס האנדל דעפיציט האט געשטיגן מער ווי 45% אין דער זעלבער תקופה.[4] דער גרעסטערעקספארט פארדינסט איז פון דער קליידער־פאבריקאציע אינדוסטריע.
א שטארקע מניעה צו באנגלאדעש'נס עקאנאמישער אנטוויקלונג איז א נישט-גענוגיקע קראפט־פארזארגונג. לויט דער וועלט באנק, זענען שוואכער גובערנאנץ, קארופציע און שוואכע פובליקע אנשטאלטן אויך חשובע ארויסרופן.[5] אין אפריל 2010, האט סטאנדארט און פורס געגעבן באנגלאדעש א BB- לאנגער-פעריאד קרעדיט-שאצונג, נידעריגער ווי אינדיע אבער העכער ווי פאקיסטאן און סרי לאנקא.[6]
דאס לאנד איז מערקבאר פאר זיין באדן-פרוכפערקייט ערד, כולל די גאנגעס דעלטא, סילהעט דיוויזיע און די טשיטאנגאנג בארג טראקטן. לאנדווירטשאפט איז דער גרעסטער סעקטאר פון דער עקאנאמיע, און האט בייגעשטייערט 18.6 פראצענט פון באנגלאדעשנ'ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין נאוועמבער 2010 און האט באשעפטיגט אומגעפער 45 פראצענט פון דעם ארבעטסקראפט.[7] דער לאנדווירטשאפט סעקטאר מאכט א רושם אויף ארבעטס־גענערירן, לינדערן ארימקייט, מענטשליכע רעסורסן אנטוויקלונג און עסן זיכערקייט. מער באנגלאדעשער פארדינען זייער פרנסה פון אגריקולטור ווי פון נאר וועלכן אנדערן סעקטאר. באנגלאדעש איז די הויפט פראדוצירער פון רייז (פערטער אין דער וועלט), קארטאפל (זיבעטער), טראפישע פרוכטן (זעקסטער), יוטער(צווייטער) און טייכווירטשאפט (פינפטער).[8][9]
באנגלאדעש איז דער זיבעט־גרעסטער נאטירליכע גאז פראדוצירער אין אזיע, גרעסער ווי דער שכן מיאנמאר, און 56 פראצענט פונעם לאנד'ס עלעקטריע ווערט גענערירט דורך נאטירליכער גאז. גרויסע גאז פעלדער זענען פלאצירט אין די צפון־מזרח (ספעציעל סילהעט) און דרום (כולל באַריסאַל און טשיטאגאנג) ראיאנען. די נאציאנאלע ענערגיע פירמע הייסט פעטראבאנגלא. די אמעריקאנישע פילנאציאנאלע קארפאראציע שעווראן פראדוצירט 50 פראצענט פון באנגלאדעש'נס נאטירליכע גאז.[10] לויט די געאלאגן אנטהאלט די בוכטע פון בענגאל גרויסע נישט אנגערירטע גאז רעזערוון אונטערן ים.[11] באנגלאדעש האט ממשותדיקע רעזערוון פון קוילן, מיט עטליכע קוילן מינעס וואס אפערירן אין דעם צפון־מערב. באנגלאנדעש האט איינע פון דער וועלט'ס עלטסטע טיי אינדוסטריעס, און איז א הויפט עקספארטירער פון פיש און ים־עסן.
באנגלאדעש'נס טעקסטיל און קליידער אינדוסטריעס זענען דעם לאנד'ס גרעסטע פאבריקאציע סעקטאר, מיט עקספארטן אין 2014 פון $25 ביליאן.[12] לעדער-גוטער פאבריקאציע, בפרט שוכווארג, איז דער צווייט־גרעסטער עקספארט סעקטאר. די אפטייקווארג אינדוסטריע פארזארגט 97 פראצענט פון אינלענדישער פאדערונג, און עקספארטירט צו פיל לענדער.[13][14] שיפבויעריי האט גיך געוואקסן און עקספארטירט צו אייראפע.[15]
געזונט
נישט-דערנערונג איז א לאנגיעריקער פראבלעם פאר באנגלאדעש. די וועלט באנק שאצט אפ אז באנגלאדעש איז דאס ערשטע לאנד אין דער וועלט לויט דער צאל קינדער וואס ליידן פון נישט-דערנערונג.
רעפערענצן
- ↑ "Conserving biodiversity must for survival" (23סטן מאי 2009).
- ↑ "Bangladesh's per capita income $1,754". bdnews24.com.
- ↑ "Remittance hits record $15.31b", The Daily Star (3טן יולי 2015).
- ↑ "Bangladesh fiscal trade deficit balloons | Business Standard News", Business-standard.com (12טן אויגוסט 2015). דערגרייכט דעם 17טן דעצעמבער 2015.
- ↑ "Bangladesh – Country Brief". worldbank.org. Archived from the original on 15טן סעפטעמבער 2007. Retrieved 17טן דעצעמבער.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "Bangladesh Gets first Credit Rating", The Daily Star (7טן אפריל 2010).
- ↑ "CIA – The World Factbook". צענטראלע אינטעליגענץ אגענטור. Archived from the original on 29סטן יונ 2011. Retrieved 8טן אויגוסט 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "Countries by Commodity". FAOSTAT. Food and Agriculture Organization of the United Nations. 2013. Retrieved 13טן נאוועמבער 2016.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ Golub, Stephen; Varma, Abir (February 2014). Fishing Exports and Economic Development of Least Developed Countries: Bangladesh, Cambodia, Comoros, Sierra Leone and Uganda (PDF) (Report). Swarthmore College. p. 23.
- ↑ Chevron Policy; Government and Public Affairs. "Bangladesh" (PDF). chevron.com. Archived from the original (PDF) on 22 יאנואר 2016. Retrieved 23 יאנואר 2019.
{{cite web}}
:|author=
has generic name (help); Unknown parameter|dead-url=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Jack Detsch; The Diplomat. "Bangladesh: Asia's New Energy Superpower?". The Diplomat. Retrieved 17טן דעצעמבער 2015.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ "The Financialexpress-bd". Old.thefinancialexpress-bd.com. 15טן נאוועמבער 2015. Archived from the original on 22סטן דעצעמבער 2015. Retrieved 17טן דעצעמבער 2015.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Hassan, Nazmul (26סטן מערץ 2005). "Pharmaceutical Sector Growing Fast".
- ↑ Lane, EJ (13טן פעברואר 2015). "Bangladesh's drug industry meets nearly all domestic demand, eyes exports". Fierce Pharma Asia. Archived from the original on 1טן אקטאבער 2015.
{{cite web}}
: Check date values in:|date=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Lakshmi, Aiswarya (10טן מערץ 2015). "Bangladesh Mulls Investments in Shipbuilding". Marinelink.com. Retrieved 17טן דעצעמבער 2015.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help)
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!